אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מסכתות קטנות"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט צוגעלייגט: de:Kleinere Talmudtraktate
מ באט געענדערט: de:Kleine Talmudtraktate; קאסמעטישע ענדערונגען
שורה 1:
די '''מסכתות קטנות''' (קליינע מסכתות) זענען זאמלונגען פון ברייתות אין דעם סטיל פון דער [[משנה]]. אנדערש ווי די [[תוספתא]] זענען די מסכתות קטנות נישט אויפן סדר פון דער משנה (אחוץ אבות דרבי נתן).
 
די מסכתות קטנות ווערן געדרוקט נאך [[מסכת אבות]] אין דער [[תלמוד בבלי|ש"ס בבלי]]. די ערשטע אכט מסכתות ברענגען אסאך נייע זאכן וואס מ'טרעפט נישט ערגעץ אנדערש אין [[חז"ל]], אבער די לעצטע זיבן זענען מער א ליקוט פון אנדערע ערטער.
 
== רשימה פון די מסכתות קטנות ==
* '''[[אבות דרבי נתן]]''' – די מסכתא איז געבויט אויפן סדר פון [[מסכת אבות]] (אשטייגער ווי די [[תוספתא]]). די מסכתא האט 41 פרקים.
* '''[[מסכת סופרים]]''' – ס'איז דא צוויי נוסחאות אביסל אנדערש אין תלמוד הבבלי ווי אין [[תלמוד ירושלמי]].
* '''[[אבל רבתי]]''' אדער מסכת '''שמחות'''– הלכות [[קבורה]], [[הספד]] און [[אבלות]].
* '''[[מסכת כלה]]''' – א קליינע מסכתא מיט הלכות פון [[אירוסין]], [[נישואין]] און [[תשמיש]].
* '''[[כלה רבתי]]''' – א פארגרעסערטע פארמאט פון מסכת כלה, אויסגעלייגט מיט א צורה פון משנה און גמרא.
* '''[[מסכת דרך ארץ|דרך ארץ רבה]]''' – בין אדם לחברו.
* '''[[מסכת דרך ארץ|דרך ארץ זוטא]]''' – [[מוסר]] פאר תלמידי חכמים.
** '''פרק השלום''' –דער פרק הייבט אן "גדול הוא השלום" וועגן [[שלום]] בין אדם לחברו. פרק השלום איז דער לעצטער פרק פון "דרך ארץ זוטא", אבער טייל האלטן אז ער איז א באזונדער מאמר.
* '''מסכת גרים''' - הלכות פון קבלת [[גר]]ים.
* '''מסכת כותים'''.
* '''מסכת עבדים''' - דינים פון עבדים.
 
די פאלגנדע מסכתות זענען א ליקוט פון הלכות פון [[מסכת מנחות]] פרק רביעי וואס דער [[רא"ש]] באהאנדלט אין זיינע הלכות קטנות (געדרוקט נאך מסכת מנחות):
* '''ספר תורה'''.
* '''מסכת תפילין'''.
* '''מסכת ציצית'''.
* '''מסכת מזוזה'''.
 
אמאל איז אויך געווען א מסכת "ארץ ישראל".
שורה 28:
[[en:Minor tractate]]
[[he:מסכתות קטנות]]
[[de:KleinereKleine Talmudtraktate]]
[[fr:Traités mineurs]]