אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ביאלע (הויף)"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
זיי מבטל רי-ווערסיע 310391 פון דרכיה דרכי נועם (רעדן) אשאד קיילע מאכן אנדערע חלקים
כנ"ל
שורה 13:
דריי ברידער זענען אנגעקומען קיין ארץ ישראל מיט דער עלייה פון [[טעהראנער קינדער]]. און זיי זענען אריין לערנען אין דער [[פאנאוועזשער ישיבה]].
 
נאך דער פטירה פון ר' יחיאל יהושע האבן די חסידים וואס זענען גיווען ביי רבי יחיאל יהושע זצוק"ל מכתיר געווען דעם יונגסטן זון הרב ר' בן ציון שליט"א אלס רבי. ער איז געוועהן דער ראש ישבה פון ישיבת ביאלא און בני ברק, ער איז אויך געווארן דער שטאטס רב פון דער חשובע [[לוגאנא]] קהילה אין דער [[שווייץ]] נאך פאר זיין טאטנ'ס פטירה. און איז באקאנט אלס גרויסע גאון און למדן, און מחבר פון צענדליגע ספרים "מבשר טוב" פון שיעורים און חידושים על הש"ס, און מיט צענדליגע ספרים "מבשר טוב" בחסידות ,
זיינע בתי מדרשים זענען פארשפרייט און גאנץ ארץ ישראל: אין [[ירושלים]] צוויי בתי מדרשים חוץ פון דעם גרויסן בית המדרש פון דעם רבי'ן אין עזרת תורה געגנט, אין [[בני ברק]] צוויי בתי מדרשים, אין בית שמש צוויי בתי מדרשים, אין ביתר צוויי בתי מדרשים, אויך שטיבלעך אין [[צפת]], [[חיפה]], [[אשדוד]] און [[מודיעין עילית]], און אין [[לאנדאן]], [[ענגלאנד]]. און אסאך הונדערטער משפחות און בחורים זענען זיך מסתופף בצל קדשו,
 
אפאר חדשים נאך דער פטירה פון זיין טאטן איז ר' דוד מתתיהו, וואס האט אויף גישטעלט און גיווען ראש ישיבה פון ביאלער ישיבה, אויך גיווארן רבי, און א קליינער טייל פון זיין טאטנ'ס חסידים זענען געקומען צו אים. זיין בית המדרש האט ער אויפגימאכט אין '''בני ברק''', און [[ירושלים]]. אויכעט האט איז ער געווארן ראש ישיבה פון זיין טאטנס ישיבה, "אור קדושים", וואס ער איז געוועהן ראש ישיבה דארט. <ref>[http://chabadlibrarybooks.com/pdfpager.aspx?req=24450&hilite=d5aa851d-8776-4579-8077-6c09b7ac033a&st=%D7%93%D7%95%D7%93+%D7%9E%D7%AA%D7%AA%D7%99%D7%94%D7%95&pgnum=36 אידישע ווארט, גליון 230 אדר - ניסן תשמ"ב].</ref> ער איז גיווען באוואוסט פאר זיין ווארמען דאווענען.
 
==רעפערענצן==