אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "תלמוד"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
Redirecting to גמרא
 
אריה פאלגער
שורה 1:
תלמוד (וועט אויסגעשפראכען טאַלמוד) איז א זאמעלונג פֿון ערקלערונגען אויף דער [[משנה]] פֿון די [[רבנים]] און [[תלמידי חכמים]] וואס זענען באקאנט אלס [[אמוראים]] (וועט אויסגעשפראכען אַמויראָאים). עס איז דא צוויי תלמודים, דער תלמוד בבלי און דער תלמוד ירושלמי. לויט דער טראדיציע האבען [[רבינא]] און [[רב אשי]] דאס מאטעריאל פֿאר דעם תלמוד בבלי גיזאמעלט. זיי האבן געלעבט אין דעם פֿונפֿט'ן יאָהרהונדערט אין פערזיען. דער תלמוד ירושלמי איז צוזאמענגעשטלט געווארדען דורך [[רבי יוחנן]] און זיינע קאלעגען, וואס האבען געלעבט אים פֿירט'ן יאָהרהונדערט אין [[ארץ ישראל]].
#REDIRECT[[גמרא]]
 
צייטליך פֿאנגט די פעריאדע פֿון דעם תלמוד אָן מיט דעם שרייבען פֿון דער משנה, אונגעפֿער אים יאהר 200 למנינם. פֿון דאן אָן הייסען די גרעסטע רעליגיעזע לעהרער נישט מער [[תנאים]] נאר אמוראים.
 
חאטשע די תלמודים זענען גיווארען רעדאקטירט דורך רבינא און רב אשי איינערזייטס, און רבי יוחנן מיט זיינע קאלעגען אנדערזייטס, האט דער תלמוד דאן נאך נישט געהאט די היינטיגע פֿארם. בעזאנדערס דער באבילאָנישער תלמוד איז געווארען ווייטער פֿארארבייטעט דורך די [[רבנן סבראי]], די אנאָנימע אונפֿירער פֿון דעם זעקסט'ן יאָהרהונדערט.