אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מנחם מענדל שניאורסאהן"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
מ רעדאַקטירונגען פֿון 83.130.108.83 צוריקגענומען (רעדן) צו דער לעצטער ווערסיע פֿון 98.116.170.60
שורה 8:
== לעבנסגעשיכטע ==
 
רבי מנחם מענדל שניאורסאהן איז געבוירן פרייטיק [[י"א ניסן]] [[ה'תרס"ב]] (1902) אין דער רוסישער שטאט [[ניקאלאיעװ]] (היינט [[אוקראינע]]) צו זיין פאטער, רבי [[לוי יצחק שניאורסאן]], וואסאיז געווען דער שטאטס רב פון [[דניעפראפטראווסק|יעקאטרינעסלאוו]] צווישן די יארן [[1907]] - [[1939]], און זיין מוטער חנה, א טאכטער צום רב פון ניקאלאיעוו, הרב מאיר שלמה יאנאווסקי. זיין פאטער איז געווען זיין הויפט רבי. ער האט געלערנט ש"ס און פוסקים, און אויך [[קבלה]] פון א חסידישן שטאנדפונקט. צו זעכצן יאר האט ער אנגעהויבן לערנען [[מאטעמאטיק]].
 
י"ד כסלו תרפ"ט 1928 האט ער חתונה געהאט מיט [[חיה מושקא שניאורסאן]], די מיטלסטע טאכטער פון דעם זעקסטן לובאוויטשער רבי'ן [[יוסף יצחק שניאורסאן|ריי"ץ]]. די חתונה איז פארגעקומען אין [[ווארשע]], [[פוילן]]; כמעט אלע פוילישע רבי'ס זענען געווען אויף דער חתונה. נאך דער חתונה האט דאס יונגע פאר פאלק געצויגן קיין [[בערלין]]. דארטן האט ער שטודירט א שטיק צייט [[מאטעמאטיק]] און [[פילאסאפיע]] אין אן [[אוניווערסיטעט]].