אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ארץ יהודה"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 24:
 
== רוימישע צייטן און חורבן ==
נאכדעם וואס ינאי איז געשטארבן, האט זיין ווייב [[שלומציון המלכה]] איבערגענומען, און האט געקעניגט פאר כמעט א צענדליק יאר, פון יאר 76 ביז יאר 67 פארן ציווילע ציילונג. ווען זי איז געשטארבן האט האט אויסגעבראכן א [[בירגער קריג]], צווישן אירע צוויי זין, [[יוחנן הורקנוס דער צווייטער]] און [[יהודה אריסטובולוס דער צווייטער]], און זיי האבן אריינגעשלעפט די [[רוימישע אימפעריע]], אין זייער געשלעג איבער ווער עס זאל קעניגן איבער יהודה.
 
אנהייב איז יהודה געווען אונטערן פראטעקטאראט פון רוים, שפעטער מיט די צייט געווארן א פראווינץ. רוים האט איינגעטיילט ווער עס וועט הערשן, און צוביסלעך אוועקגענומען די יידישע זעלבסטשטענדיקייט. די [[פאמיליע]] פון [[הורדוס]], האט געקעניגט איבער יהודה, מער דינענדיק די רוימישע אינטערעסן, וואס איז אלס געווארן שווערערע אין שווערער.
 
אין יאר 66, האט אויסגעבראכן די גרויסע יידישע אויפשטאנד, וואס האט זיך געענדיקט זיגרייך פאר די רוימישע ארמייען, וואס האבן איינגענומען ירושלים, וואס איז געווען [[הויפטשטאט]], און איר פארניכטעט, צוזאמען מיט די בית המקדש.
 
== בר כוכבאס רעוואלט ==