אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ארץ יהודה"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 21:
אונטער די גריכן, האבן די יידן וואס האבן זיך געפונען אין ארץ יהודה, פון אנהייב געהאט ברייטע פרייהייט, ביז ווען די סירישע קייזער אנטיוכוס אפיפאנס, איז געקומען צו די מאכט, ער האט אונטערדריקט די יידישע זעלבסטהערשאפט, און אוועק גענומען זייער פרייהייט פון רעליגיע. דערמיט האט זיך אנגעפאנגען די אויפשטאנד פון די [[חשמונאים]], וואס האבן זיגרייך ארויסגשטויסן די סירישע ארמייען, און געמאכט ארץ יהודה געצליך זעלבסטשטענדיק, און געגרינדעט די דינאסטיע פון די חשמונאים.
 
די חשמונאים האבן פון אנהייב פארזיכערט די גרענעצן פון יהודה, און דערנאך אנגעהויבן עס צו פארברייטערן, ווען יעדע קעניג פירט אן א סעריע פון מלחמות קעגן די שטעט, און אנעקסירט זיי, צו ארץ יהודה, דער הויכפונקט פון די קעניגרייך איז געווען, ווען [[אלכסנדר ינאי]] האט איינגענומען דאס רוב פון ארץ ישראל, אריינגערעכנט די בארטן פלאך, אנקומענדיק קיין דאר, א שטאט נעבן היינטיקן [[חיפה]], און שטייענדיק איבער די בארטן שטאט [[עכו]]. פון צפון [[אשדוד]], [[אשקלון]], און [[עזה]] פון דרום. די [[גלעד]] געגנט, און אנדערע טעריטאריעס פון מזרח זייט [[ירדן טייך]], און גרויסע שטרעקעס פון די [[אדום|אדומיים]] פון דרום.
 
== רוימישע צייטן און חורבן ==