אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אשרה"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט צוגעלייגט: ko:아세라
מ באט געענדערט: nl:Ašerah; קאסמעטישע ענדערונגען
שורה 1:
'''אשרה''' איז די נאמען פון דער "געטליכער מוטער" וואס איז געווען שטארק פארשפרייט אין דעם [[מיטל מזרח|מיטל-מזרח]] אין די צייטן פון דעם ערשטן [[בית המקדש]] און פריער.
 
== די ווייב פון גאט ==
די וואס האבן געדינט אשרה, האבן געגלייבט אז זי איז די ווייב פון גאט. [[ארכעאלאגיע|ארכעאלאגן]] האבן געטראפן שטיקלעך כלי חרס וואס זענען אלט באלט דריי טויזנט יאר מיט אויפשריפטן אין כתב עברי וואס בענטשן אין דעם נאמען פון "יהוה און זיין אשרה".
 
== די באדינסט פון אשרה ==
אשרה איז אפט געדינט געווארן דורך לייגן א זויל (מצבה) אדער א בוים נעבן א מזבח. אזא בוים האט מען גערופן אשרה. אין דער [[תורה]] ווערט דערמאנט אז מען זאל נישט לייגן אן אשרה לעבן דעם מזבח, כאטש עס ווערט אויך דערמאנט אז די אבות האבן אויפגעשטעלט מצבות.
 
מען פלעגט אויך האלטן אינדערהיים אלס אן אנדענק קליינע פיגורינעס פון שטיין אדער האלץ וואס זענען געווען אין די פארם פון א נקבה און האבן סימבאליזירט אשרה. אזוינע פיגורינעס ווערן זייער אפט געטראפן דורך ארכעאלאגן. מען האט געטראפן אזוינע וואס זענען געווען באגראבן אין ירושלים פון די צייטן פון דעם ערשטן בית המקדש. ענדליכע פיגורינעס טרעפט מען אויך אין דער גאנצער וועלט, פון אלע צייטן. עס ווייזט אויס אז אנדערע פעלקער האבן געהאט אן ענדליכע זי-גאט, וואס איז געווען גאר פאפולער.
 
== פארשפרייטקייט ביי אידן ==
אין די צייטן פון ערשטן בית המקדש, ווען אידן האבן געדינט פארשידענע געטטער, האבן אסאך אידן געדינט אשרה. אין ירמי' (ז, י"ח)(מ"ד, י"ז-י"ט) ווערט דערמאנט אז אידן האבן געדינט די "קעניגין פון הימל" און מקריב געווען פאר איר געבעקסן און געטראקען.
 
== מעגליכע השפעה אויף קריסטנטום ==
 
די קריסטליכע "שכינה הקדושה", די מוטער חלק פון די גאט, קען זיין איין איינפלוס פון די אמאליגע אשרה.
שורה 29:
[[ja:アーシラト]]
[[ko:아세라]]
[[nl:AsherahAšerah]]
[[no:Asjera]]
[[pl:Aszera]]
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/wiki/אשרה"