אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יוחנן הורקנוס דער צווייטער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט צוגעלייגט: ca, de, en, es, fi, fr, nl, pl, ru, sh
מאין תקציר עריכה
שורה 5:
איידער זי איז געשטארבן, האט אריסטובולוס געווינען אלע קאמאנדירן, פון די פעסטונגען אין יהודה, צו זיין זייט, און זיך דערקלערט אלס נייע קעניג. שלומציון האט איינגעזעצט אריסטובולוס' ווייב און קינדער אין [[טורמע]], אבער זי איז געשטארבן נאך איידער זי האט עספיעט צו טון עפעס.
 
נאך איר טויט, האט הורקנוס איבערגענומען, אבער נישט צו לאנג אנגעהאלטן. א [[בירגער קריג]], האט אויסגעבראכן צווישן די יידן. צום ענדע, האבן די צוויי ברודער געקומען צום אפמאך, אז הורקנוס וועט זיין כהן גדול, און אריסטובולוס קעניג, און צו ברענגען די שלום צו א פאקט, האט [[אלכסנדר דער צווייטער]] זון פון אריסטובולוס, געהייראט הורקנוס' טאכטער [[אלכסנדרה החשמונאית]].
 
הורקנוס האט געהאט א פריינט, מיטן נאמען [[אנטיפטרוס]], וואס זיין טאטע איז געווען אנטיפס, [[גאווערנאר]] פון [[אדום]], אין די צייטן פון ינאי המלך, און די [[פאמיליע]], האט זיך מגייר געווען אין די צייטן פון [[יוחנן הורקנוס דער ערשטער]]. דער אנטיפטרוס, האט צוגערעדט הורקנוס זאל צוריק ציען פון די אפמאך מיט אריסטובולוס, און די צוויי זענען אנטלאפן צו די קעניג פון נבטים, וועלכע האט מיט זיין [[ארמיי]], ארויף מארשירט קיין [[ירושלים]], און באלאגערט די [[הר הבית]], ווי אריסטובולוס האט זיך באפעסטיקט, די [[גמרא]] דערציילט אז פאר געלט וואס די [[כהנים]] האבן אראפ געשיקט, האבן די באלאגערער צוריק געשיקט א שעפס, ביז איין טאג האבן זיי ארויף געשיקט א [[חזיר]].