אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אלכסנדר ינאי"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט צוגעלייגט: ca, cs, de, en, es, fi, fr, it, ja, nl, pl, ru, sh, tr; קאסמעטישע ענדערונגען
מאין תקציר עריכה
שורה 5:
ער האט זיך אסאך פארנומען מיט מלחמות, און קאמפן קעגן די גויים וואס האבן זיך געפונען אין [[ארץ ישראל]], און האט איינגענומען, און פארברייטערט די גרענעצן פון די יידישע מדינה.
 
זיין טאטע איז געווען [[יוחנן הורקנוס דער ערשטער]], זון פון [[שמעון התרסי]], און אייניקל פון [[מתתיהו הכהן]]. זיין ברודער [[יהודה ארוסטובולוסאריסטובולוס דער ערשטער]], האט געהערשט איידער ינאי איז ארויף, און ער האט פיינט געהאט ינאי, און אים איינגעזעצט אין [[טורמע]]. ווען ער איז געשטארבן האט ינאי געהייראט ארוסטובולס' ווייב, [[שלומציון המלכה]] די שוועסטער פון [[שמעון בן שטח]], וויבאלד זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער, אלס [[יבום]]. ינאי איז ערשט געווארן קעניג ערשט נאכדעם וואס זיין צווייטע ברודער [[אנטיגונוס דער ערשטער]] איז געשטארבן.
 
אין זיינע מלחמות האט ינאי פארברייטערט די גרענעצן פון די יידישע לאנד, אין אלע ריכטונגען. אין צפון, ער האט אויך פארברייטערט די יידישע אנוועזנהייט אויפן [[מיטלענדישער ים]], דרום האט ער איינגענומען [[עזה]], און אנגעקומען קיין היינטיקן [[על אריש]], און צפון סיני. מזרח אויפן [[גלעד]], און די [[בשן]], צפון האט ער איינגענומען [[עכו]]. און שטחים אויפן מזרח זייט [[ירדן טייך]].