אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "בעניטא מוסאליני"

מ
קיין רעדאקטירונג רעזומע
מ
[[טעקע:Benito_Mussolini_by_Philip_Alexius_de_László,_1923.jpg|thumb|rightleft|בעניטא מוסאליני]]
'''בעניטא אמילקארע אנדרעא מוסאליני''', געבוירן [[29סטן יולי]] [[1883]], געשטארבן [[28סטן אפריל]] [[1945]]. האט איינגעפירט א [[דיקטאטור]] הערשאפט אין [[איטאליע]], און ער האט געהערשט דארט פון 1922 ביז 1943. ער האט אפגעשאפן די [[דעמאקראטיע]], און ער האט אויפגעשטעלט א [[רעגירונג]] באזירט אויף [[פאשיזם]], וואס האט געהערשט מיט אן אייזערנעם פויסט, און האט [[טעראר]]יזירט די [[באפעלקערונג]].
 
זיין אפציעלע נאמען איז געווען דוטשע, וואס מיינט הערשער, אין [[איטאליעניש]]. גענומען פון דער [[היסטאריע]] פון איטאליע, ווען די אמאליגע קיסרים פלעגן אזוי גערופן צו ווערן.
 
עס זענען געווען אזעלכע וואס האבן געזען אין מוסאליני, איינער וואס ברענגט צו א סטאבילע צושטאנד, ספעציעל נאכן [[ערשטע וועלט מלחמה]], און שפעטער א שווערע רעסעסיע אין [[אייראפע]], און די [[וועלט ווירטשאפט קריזיס]], פון יאר 1929. אויך איז אנגענומען געווארן אלס איינער וואס וועט אפהאלטן איטאליע, פון אריינפאלן צו די הענט פון די [[קאמוניסט]]ן.
 
מוסאליני האט אנגעפירט דאס [[לאנד]] אויף אן אגרעסיווע שטייגער, און אימפעריאליסטיש, ער איז געווען א גורם צו א [[בירגער קריג]], און אקופאציע פון פרעמדע [[ארמיי]]ען. זיין הערשאפט האט ער פארזיכערט, דורך א [[מיליציע]], גערופן '''שווארצע העמדער''', וואס האבן אונטערדרוקט קעגנער, און סתם ציווילע בירגער, און מענטשען רעכט איז איגנארירט געווארן.
1,762

רעדאקטירונגען