אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יורי לעװיטאן"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט צוגעלייגט: uk:Левітан Юрій Борисович
אין תקציר עריכה
שורה 1:
'''יורי (יודקאַ בערקאָװיטש) לעװיטאַן''' ([[רוסיש]]: ''Юрий Борисович Левитан'') - געבױרן דעם 2טן אָקטאָבער 1914 אין װלאַדימיר ([[רוסלאַנד]]) אין אַ [[ייִד]]ישער משפּחה; געשטאָרבן דעם 4טן אױגוסט 1983 אין בעסאָנאָװקאַ, בעלגאָראָדער געגנט ([[רוסלאַנד]]).
 
יורי לעװיטאַן איז געװען אַ באַרימטער דיקטאָר פֿון דער צענטראַלער [[סאוועטן פארבאנד|סאָװעטיש]]ער [[ראַדיאָ]] אין די 1930-1980ער יאָרן. אַ דאַנק דער אױסדריקלעכקײט און זעלטענעם טעמבער פֿון זײַן קול, האָט מען אים באַאױפֿטראָגט פֿאָרלײענען די װיכטיקסטע דערקלערונגען און מעלדונגען. ער איז געװען דער ערשטער, װאָס האָט עפֿנטלעך מודיע געװען װעגן אַזעלכע היסטאָרישע געשעענישן װי דאָס אָנפֿאַלן פֿון היטלער-[[דײַטשלאַנד]] אױף [[ראַטן-פֿאַרבאַנד]] דעם [[22סטן יוני 1941]], דאָס אײַננעמען פֿון [[בערלין]] דורך דער סאָװעטישער אַרמײ און די אומבאַדינגטע קאַפּיטולאַציע פֿון [[דײַטשלאַנד]] דעם [[8טן מײַ 1945]], די פּטירה פֿונעם סאָװעטישן אָנפֿירער [[יאָסיף סטאַלין]] דעם 5טן מערץ 1953, דער פֿלוג אין קאָסמאָס פֿון [[יורי גאגארין|יורי גאַגאַרין]] דעם 12טן אַפּריל 1961, און אַזױ װײַטער. זײַנע ראַדיאָ-אױפֿטריטן פֿלעגן זיך כסדר אָנהײבן מיט די װערטער "...Внимание! Говорит Москва" (''װנימאַ'ניִיע! גאַװאַרי'ט מאַסקװאַ'''- אַכטונג! עס רעדט [[מאָסקװע]]...).