אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מארינע גארדאן"
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט צוגעלייגט: ru:Гордон, Марина |
אין תקציר עריכה |
||
שורה 3:
מארינע ("מאשע") גארדאן איז געבוירן געווארן דעם [[11טן דעצעמבער]] פון [[1917]] יאר אין [[מינסק]], [[ווייסרוסלאנד]] (היינט [[בעלארוס]]). זי איז געווען איינע פון אכט טעכטער פון יוסף און שיינדל גארדאן. זייער היים איז געווען באַוווסט מיט ליבע צו [[ייִדיש]]ע [[ליד]]ער,וואס די מיידלעך פלעגן ירשענען פון זייערע מאמעס. א חוץ איר אייגענער מאמע, האט די יונגע מאשע געהערט אזוינע מוסטערן פון פרויישן [[געזאנג]] ווי [[סאניע דרוקער]], די קינפטיקע פרימאדאנע פון מינסקער [[אפערע]], און [[ראזע פלאטקינע]], די אויספילערן פון יידישע [[פאלקס-לידער]].צו זעכצן יאר אלט,איז מאשע אנגענומען געווארן שטודירן געזאנג אין דער לערן-סטודיע פון מינסקער אָפּערעַ .דערנאָך זעצט זי פאר אירע שטודיעס אין דער מינסקער [[קאנסערוואטאריע]]. נאך שפעטער ווערט זי אויסגעוויילט צו לערנען אין דער שול פאר טעאטער און מוזיק אויף [[גלאזונאוו]]'ס נאמען אין [[מאסקווע]]. די דאזיקע שטודיעס האט זי באוויזן צו פארענדיקן ערשט נאך דער צווייטער [[וועלט-מלחמה]]. באנאנד מיט אירע שטודיעס, ווערט זי אנגענומען אלס א סאליסטן אין דעם מלוכישן עסטראדע-ארקעסטער פון [[סאוועטן פארבאנד|פססר]] אונטער דער לייטונג פון וויקטאָר קנושעוויצקי. בשעת דער צווייטער וועלט-מלחמה גייט זי פרייוויליק אוועק אין די רייען פון פאלקס-פארטיידיקונג,שפעטער ווערט זי גערופן צו מיליטער-דינסט,טרעטנדיק ארויס אין באשטאנד פון מיליטערישע קאנצערט-אנסאמבלען פאר די סאוועטישע זעלנער. נאָך דער צווייטער וועלט-מלחמה איז מארינע גארדאן א סאליסטן פון מאסקווער עסטראדע. אין יאר [[1977]] וואנדערט זי זיך אריבער אין די [[פאראייניקטע שטאטן]].
==שאפן==
מארינע גארדאנ'ס [[פראפעסיאנעל]]ע טעטיקייט האט זיך אנגעהויבן מיט אויספילן פון מיטצייטיקע [[רוסיש]]ע און [[ווייסרוסיש]]ע [[זינגלידער]]. זי איז געווען די ערשטע אויסצופילן פיל לידער פון אזוינע ריזן פונעם סאוועטישן זינגליד ווי איסאאק (יצחק) דונאיעווסקי, יורי מיליוטין, די ברידער פאקראס. אין יאר [[1956]], נאך גרויסע מאטערנישן צו באקומען א דערלויבניש פון די [[סאוועטיש]]ע מאכטן, ווערט דורכגעפירט אין מאסקווע א קאנצערט פון יידישער [[ליטעראטור]] און [[מוזיק]] – צום ערשטן מאל נאך דער טרויעריק בארימטער "נאכט פון [[הרוגי לוביאנקע]]", וואס האט קולמינירט [[
== רעפערענצן==
|