אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פראנצויזישער מאנדאט"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
פארראכטן וויקילינק
מ WikiCleaner 0.99 - קעפלעך הייבן אן מיט דריי "=" (Detection by װיקיפּעדיע:קאנטראלירן בלעטער)
שורה 3:
פראנקרייך איז געקומען צו א פארשטענדעניש מיט [[גרויסבריטאניע]], צוויי יאר איידער דער וועלט מלחמה, איז געקומען צו אן ענדע, דער [[סייקס-פיקא פארשטענדעניש]].
 
=== די פראבלעמען ===
גרויסבריטאניע האט געהאט געמאכט פילע קעגנזייטיקע פארשפרעכונגען, איינס פאר די [[ייד]]ן, איינס פאר די [[אראבער]], [[חוסיין זון פון עלי]], שאריף פון [[מעקא]], האט אנגעפירט דורכאויס די ערשטע וועלט מלחמה, א [[רעוואלוציע]], קעגן [[אטאמאנישע אימפעריע]], מיט די הילף פון ענגלישע גענעראלן, מיטן צוזאג אז [[פייסל דער ערשטער]], וועט ווערן הערשער איבער סיריע. זעלבסטפארשטענדליך אז פראנקרייך האט גארנישט געהאטצו טון מיטן הסכם, און נאכן מלחמה אין 1920, ווען סיריע האט אים אויפגענומען אלס קעניג, האט פראנקרייך ארויסגעטריבן פייסעל בבושת פנים, [[ענגלאנד]] האט נאכדעם איבערגעגעבן איראק פאר פייסל.
 
שורה 19:
פראנקרייך האט אויפגעשטעלט די ציווילע רעגירונג אין לבנון, וואס איז געשטעלט אויף יעדע געמיינדע פאר זיך. ווי אויך דער נאציאנאלע ציילונג, צוויי מאל האט מען געציילט, די צווייטע און די לעצטע מאל וואס מען האט געציילט אין 1932, דאס האט אויסגעשטעלט די פאליטישע שליסל, ביזן היינטיקן טאג.
 
=== צווייטע וועלט מלחמה ===
ווען [[נאצי]] [[דייטשלאנד]], האט איינגענומען פראנקרייך, איז אויפגעשטאנען די [[ווישי]] רעגירונג. סיריע און לבנון האבן געהערט צום פראנצויזשן ווישי. גרויסבריטאניע, מורא האבנדיק אז דייטשלאנד וועט דאס פרובירן אויסנוצן אריינקומען אינעם [[מיטל מזרח]], און נאכן אויפשטאנד אין איראק, האבן די ענגלענדער, צוזאמען מיט קעמפער פאר א פרייען פראנקרייך, וואס [[שארל דע גאל]], איז געווען פירער פון [[לאנדאן]], אין יוני 1941, איינגענומען די צוויי לענדער, און איבערגעגעבן דער מאנדאט, צום פרייען פראנקרייך.
 
=== זעלבסטשטענדיקייט ===
סיריע האט זיך דערקלערט זעלבסטשטענדיק אין 1941, פאקטיש איז עס אנערקענט געווארן אלס א זעלבסטשטענדיקע [[רעפובליק]], אין [[1טן יאנואר]] 1944. און די פראנצויזישע טרופן האבן ערשט פארלאזט סיריע 1946.