אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ערשטע לבנון מלחמה"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט געענדערט: mk:Израелско-либанска војна (1982); קאסמעטישע ענדערונגען
מ WikiCleaner 0.99 - קעפלעך הייבן אן מיט דריי "=" (Detection by װיקיפּעדיע:קאנטראלירן בלעטער)
שורה 1:
די '''ערשטע לבנון מלחמה''' האט אויסגעבראכן דעם [[4טן יוני]] [[1982]], נאך א טעראר פרווו, וואס א [[פאלעסטינער]] טעראר גרופע האט געשיקט א בריוו באמבע צו [[שלמה ארגוב]]. הגם די גרופע וואס האט דורכגעפירט די אטאקע, זענען געווען קעגנער פון [[פאלעסטין באפרייונג ארגאניזאציע]], איר אנפירער איז [[אבו נידאל]] איז עס פארעכנט אלס די שטרוי וואס האט געבראכן דעם רוקן פונעם קעמל. עס ווערט אויך גערופן אין [[העברעיש]], "מלחמת שלום הגליל", אדער '''פרידן פארן גליל קריג'''.
 
=== איידער דעם קריג ===
[[ישראל]] האט געהאט א [[פייער אפשטעל]] אפמאך, מיט דער פ.ל.א. פון 1981. אבער דאס שיסן ראקעטן אויפן [[גליל]] איז שטענדיק געווען א פראבלעם, וואס ישראל האט נישט געקענט פארשווייגן, דערפאר האט ישראל געוואלט פטור ווערן פון [[יאסער אראפאט]], און זיין טעראר גרופע.
 
[[צה"ל]] האט שוין לאנג געהאט א פלאן פאר אן אקציע אין [[לבנון]], וואס וועט ארויס העלפן די קריסן אינעם [[לבנון ברודער קריג]]. אבער געווארט פארן געלעגנהייט, נאכן אטאקע האט [[רפאל איתן]], אויסגערופן פארן קאבינעט אבו נידאל אבו שנידאל געגנדיקט מיטן פי על או.
 
=== דערדי אטאקע ===
די פערטע יוני, האט די ישראל לופט פלאט, אטאקירט פאלעסטינער צילן אין לבנון, די פאלעסטינער האבן גענטפערט מיט א מאסיווע באמבאדירונג, אינעם צפון פון ישראל. אויפן 6טן יוני האבן די ערשטע זעלנער אריבערגעשפרייזט דעם גרענעץ.
 
ישראל האט געמאלדן אז זיי גלייבן אין א גאנצע לבנון, און זיי ווילן שלום. אבער די סיטואציע האט זיי געצווינגען ארויס צוגיין אין א קריג. אנהייב איז די קריג געגאנגען ווי געפלאנט, און ווייניג פארווונדטע און אומגעקומענע. [[סיריע]], איז אבער געווען פארמישט אינעם קריג, און שלאכטן צווישן די צוויי זייטן זענען פארגעקומען, מיטן אויבערהאנט פון ישראל. איינע פון די צילן פונעם מלחמה איז געווען, שוואך מאכן סיריע.
 
=== דער קריג ===
צה"ל האט געמאכט שנעלע פארשריט, אריינגייענדיג פונעם בארטן טייל, בערג אין צענטער, און טאל פון מזרח. און גאר שנעל אנגעקומען צו [[ביירוט]], באלאגערנדיג די שטאט, וואס איז שפעטער געווארן, די ערשטע אראבישע הויפטשטאט, וואס ישראל סאלדאטן האבן איינגענומען.