אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "סקווירא"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
פאראייניגט מיט סקווירא (הויף)
שורה 1:
{{פאראייניקן|#ווייטערפירן [[סקווירא (הויף)}}]]
[[בילד:Skver.JPG|left|thumb|250px|סקווירא רבי שליט"א פון לינקס מיט מאכנאווקער רבי זצ"ל פון רעכטס]]
'''סקווירא''' איז א חסידות פון נאכפאלגער פון די סקווערער רבי'ס, ממשיכים פון דער [[טשערנאבילער גזע]]. היינט ווערט עס אנגעפירט דורך רבי [[דוד טווערסקי מסקווירא]], און איז הויפטקווארטירט אין [[שיכון סקווירא]] אין [[ראקלענד קאונטי]], [[ניו יארק]].
 
 
 
==היסטאריע==
 
=== ר' איציקל סקווערער ===
{{הויפט ארטיקל|יצחק טווערסקי}}
דער ערשטער סקווערער רבי, רבי [[יצחק טווערסקי|איציקל סקווערער]] זצ"ל (תקע"ב-תרמ"ה), דער זיבעטער פון די אכט זון פון דעם טשערנאבילער מגיד ר' [[מרדכי טווערסקי מטשערנאביל|מאטעלע]] זצ"ל (תק"ל-תקצ"ח), האט נישט אנגעהויבן שנעל צו פירן רבי'סטווע גלייך נאך זיין פאטער'ס פטירה -- אנדערש ווי זיינע זיבן ברודער, וועלכע האבן באלד אנגעהויבן פירן רבי'שע הויפן אויסגשפרייט איבער [[אוקראינע]]. ערשט נאך דער פטירה פון זיין צווייטער פרוי מלכה, די טאכטער פון דעם [[ישראל פֿון רוזשין|רוזשינער]] זצ"ל, און דאס חתונה האבן מיט זיין דריטער פרוי, חנה סימא, די טאכטער פון [[רבי צבי מסקווירא|ר' הערשעלע סקווירער]], האט זיך ר' איציקל באזעצט אין דער שטאט סקווירא, דאס פריערדיגע וואוין-ארט פון זיין פארשטארבענעם שווער, און אנגעהויבן פירן רבי'סטווע.
 
ר' איציקל'ס שווער ר' הערשעלע, אויך באקאנט אלץ ר' הערשעלע טיטובער, איז געווען א זון פון ר' [[אהרן טיטיעווער|אהרעלע טיטובער]] וואס איז געווען א זון פון ר' צבי דער זון פון בעש"ט, און דורך אים האבן די סקווערער רבי'ס געצויגן זייער יחוס אלס איינע פון די נאטסטע אייניקלעך פונ'ם [[בעש"ט]]. ווארשיינליך אלס די יחוס איז דער שידוך געווען פאר ר' איציקל גאר א חשובער. חסידים דערציילן אז פאר דער חתונה איז ר' איציקל געגאנגען אויפ'ן ציון פון בעש"ט אין [[מעזשביזש]] און געזאגט, "איך טו עס נישט פאר קיין געלד, איך טו עס נישט פאר קיין כבוד, איך וויל נאר ממשיך זיין דורות בעל שמ'סקער אייניקלעך."
 
ר' איציקל האט אינאיינעם געהאט פיר זין. פון זיין ערשטן ווייב, די טאכטער פון ר' [[דן מראדוויל]], האט ער געהאט צוויי זון, ר' '''[[אברהם יהושע העשיל מסקווירא|אברהם יהושע העשיל]]''' און ר' '''[[נחום מסקווירא|נחום]]'''. פון דעם צווייטן ווייב האט ער נישט געהאט קיין קינדער. פון דעם דריטן ווייב האט ער געהאט צוויי זין, ר' '''[[ישראל מסקווירא|ישראל]]''', און ר' '''[[דוד טווערסקי (א)|דוד'ל סקווערער]]'''.
 
=== מאכניווקא, א צווייג פון סקווירא ===
{{הויפט ארטיקל|מאכניווקא (הויף)}}
נאך דער פטירה פון זייער פאטער ר' איציקל האבן די ברידער געפירט צוזאמען אין דער שטאט סקווירא. ר' אברהם יהושע העשיל האט זיך שפעטער געצויגן קיין [[מאכניווקא]] ווי ער האט אויפגעשטעלט זיין הויף. נאך זיין פטירה האט איבערגענומען זיין זון ר' [[יוסף מאיר טווערסקי|יוסף מאיר'ל מאכניווקער]].
 
ר' יוסף מאיר'ל האט געהאט פיר טעכטער אבער זיינע זין זענען געשטארבן יונגערהייט. ווען א טאכטער איז געווארן א כלה ביי הר"ר דוד פון סקווער, האט ר' דוד געזאגט צו אים אזוי: מיין אנדער מחותן, הר"ר [[יעקב לייב טווערסקי|יעקב לייב]] פון [[טוריסק|טריסק]], האט אויך נישט געהאט קיין זין ביז ער איז געווארן מיין מחותן. אויך דיר גיב איך מיין ברכה אז דו זאלסט זוכה זיין צו א בן זכר.
 
[[כ"ד אדר]] [[ה'תרנ"ה]] איז זיין ברכה מקויים געווארן מיט געבורט פון א זון צו ר' יוסף מאיר. ער האט אים א נאמען געגעבן [[אברהם יהושע העשיל טווערסקי|אברהם יהושע העשיל]].
 
הר"ר אברהם יהושע העשיל איז געווען דער לעצטער רבי אין מאכניווקא, באקאנט פאר זיין מסירות נפש פאר אידישקייט אין קאמוניסטישן רוסלאנד. ער האט פארציילט אויף זיך אז זייענדיג פארשיקט קיין [[סיביר]] האט ער אפילו דאס שלאפן אין סוכה נישט אויפגעגעבן טראץ דעם וואס די קעלט זענען געווען אזוי שטארק אז ווען מען האט קידוש געמאכט אין דער סוכה איז די וויין אין בעכער פארפרוירן געווארן איידער מען האט געענדיגט קידוש צו מאכן.
 
שפעטער, ווען די רוסן האבן אים ארויסגעלאזט, איז ר' אברהם יהושע העשיל געקומען וואוינען אין ארץ ישראל און אויסגעלעבט זיינע יארן אין [[בני ברק]], וואו ער איז נסתלק געווארן [[יום כפור]] [[ה'תשמ"ח]].
 
=== ר' דוד'ל סקווערער ===
דער פערטער זון פון ר' איציקל איז געווען ר' [[דוד טווערסקי (א)|דוד'ל סקווערער]]. ער איז געווען באקאנט ביי חסידים פאר'ן זיין אן אויסערגעווענליכער שתקן. ער האט כמעט נישט גערעדט, און האט זיך איינמאל אויסגעדריקט, "מען שווייגט און מען שווייגט, דערנאך רוהט מען זיך אפ אביסל און מען שווייגט ווייטער."
 
ער איז געווען באקאנט מיט זיין פרישות און איבערמענטשליכע סיגופים, און זיין מסירות נפש פאר טבילה אין מקוה. ער האט געהאט ?צוועלף? זון, צוויי פון זיין ערשטער ווייב -- ר' מרדכי און ר' משה -- און ?צען? פון זיין צווייטער ווייב, צפורה, דער טאכטער פון ר' [[אליקים געץ מאוסטרא|אליקים געץ אוסטראה'ר]]. עטליכע פון זיי זענען ר' [[יצחק טווערסקי פון קעשענאוו|איציקל קעשענאווער]], ר' [[יעקב יוסף טווערסקי]] -- דער גרינדער פון [[ניו סקווער|סקווערע שטעטל]], ר' נחום, ר' שלמה, ר' פנחס, און נאך. אפאר זענען אומגעקומען דורך די דייטשן אין די שואה.
 
ביים אנהייב פון דער באלשעוויקער רעוואלוציע, בערך ארום 1914, האט זיך ר' דוד'ל אריבערגעצויגן קיין [[קיעוו]] צוליב די אומרואיגע אומשטענדן אין די קלענערע שטעט און דערפלעך פון אוקריינא און וואלין. אין יאר תר"פ איז ר' דוד וועלעכע איז געווען א שטארק אפגעהיטענער און א מפונק האט נישט געקענט אויסהאלטן דאס ארומוואנדערן און דאס שמוציגע גלות לעבן דערפאר איז ער קראנק געווארן צוליב די שווערע אומשטענדן וואס האבן געהערשט איבעראל אין דעם געגנט צוליב די פאליטישע איבערקערענישן. ער איז נסתלק געווארן יענעם יאר און איז באערדיגט אין קיעוו.
 
=== דער פריערדיגער סקווערער רבי, ר' יעקב יוסף טווערסקי זצ"ל ===
{{הויפט ארטיקל|יעקב יוסף טווערסקי}}
דורך דעם פריערדיגן סקווערער רבין, ר' יעקב יוסף, איז דאס חסידות געווארן איבערגעפלאנצט און אויפגעבויט אין אמעריקע נאך דעם [[צווייטן וועלט קריג]]. די גרינדונג פון שיכון סקווירא איז אין זיין צייט פארעכנט געווארן אלס אן אומפארגלייכבארער אויפטו אין דער היסטאריע פון חסידישע הויפן, און פיל אנדערע זענען פון דעם אינספירירט געווארן דאס נאכצוטוהן, אריינגערעכנט דאס [[סאטמאר (הויף)|סאטמארער]] שטעטל [[קרית יואל]], געגרינדעט דורך ר' [[יואל טייטלבוים]] זצ"ל אין [[מאנרו]], [[ניו יארק]].
 
==== דאס אויפבוי פון שיכון סקווירא ====
{{הויפט ארטיקל|שיכון סקווירא}}
 
==== שארפע דיפערענצן מיט קנאות פון סאטמארער רב ז"ל ====
זייענדיג אן אוקראינישער און זייענדיג אן אויפגעהאדעוועטער אין דעם וויגעלע פון חסידות האט ער שווער זיך פארנומען מיטן סאטמארער רבי'נס שארפע אויסשפראך, וואס האט זיך באנוצט מער מיט די אויסשפראך וועלעכע איז גענוצט געווארן אין גאליציע און אין אונגאריש חסידות, אויך איז איהם שווער געווען צו אקצעפטירן די שיטה פון סאטמארער רב אנצייגנדיג אז דאס שטימט נישט גענוי מיט די פונדאמענטן פון דער חסידישער שיטה ווי עס ווערט מבואר אין ספר הקדוש תולדות יעקב יוסף.
 
=== דער היינטיגער רבי, ר' דוד טווערסקי שליט"א ===
 
איז ידוע פאר א אמת'ער אוהב ישראל און משתתף בצרות ישראל.
דער סקווערער ראב"ד איז רבי יוחנן וואזנער שליט"א, פון די גרעסטע פוסקים בדורינו, און אנגענומען ביי אלע קרייזן, זייענדיג א באזונדערער נח לשמים ולבריות.
 
==וועבלינקס==
א וועבסייט פון מוסדות תולדות יעקב יוסף דחסידי [http://sites.torahindex.com/Skvira/en/home.html סקווירא] אין ירושלים.
 
 
== רעפערענצן ==
 
<references/>
 
 
 
{{חסידישע הויפן|טשערנאבל}}
 
 
[[en:Skver (Hasidic dynasty)]]
[[he:חסידות סקווירא]]