אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מקווה"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ ניט באקאנט
מאכן א מקוה
שורה 9:
==מקוה איד==
'''מקווה איד''' איז דער טיטול פון איינער וואס גיבט אפבאך פון די [[מקווה]], נעמט די איינטריט געלט, רייניגט די מקוה, אויך איז איינגעפירט אז דער מקוה איד האט א שטיקל געוועלבל וואס פארקויפט תשמשי קדושה און וויין.
 
מען קען זיך טובל'ן סיי אין א מקוה, א זאמלונג פון רעגנוואסער (מי גשמים), סיי אין א מעין, א קוואל. פראקטיש רופט מען ביידע היינט א מקוה.
 
אין א מי גשמים מקוה טוישט זיך נישט דאס וואסער, שאפט א פראבלעם ווי צי האלטן די מקוה ריין. כדי צו לייזן דעם פראבלעם מיט צוויי אדער מער "בורות". דאס רעגנוואסער ווערט געזאמלט אין א גרויסע ציסטערנע געגראבן אין דער ערד; דאס איז דער ערשטער בור. אבער מען טובל'ט נישט אין דעם בור נאר אין א צווייטן בור, וואס איז געמאכט ווי א גרויסער באד אדער א קליינער שווימבאד. די צוויי בורות זענען באהאפטן דורך "השקה", דאס איז א גרויסער לאך וואס באהעפט די בורות. אנדערע מאכן נישט השקה נאר זריעה. דעם בור טבילה פילט מען אן מיט נארמאלן וואסער און מען קען אים הייצן צו א באקוועמען טעמפעראטור.
 
[[קאַטעגאָריע:מצוות און מנהגים]]