אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "משה פרידמאן (גבאי)"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געפוצט; שרייבן נייטראל
אין תקציר עריכה
שורה 13:
שפעטער האבן זיך די צוויי מענשטן צעקריגט, אין אונטער דער השפעה פון משה פרידמאן, איז רבי [[זלמן לייב טייטלבוים]], געברענגט געווארן אין יאר 1999-תשנ"ט דורך זיין פאטער, דער [[ברך משה]], צו דינען אלס רב פאר דער [[וויליאמסבורג]]ער קהילה. דער אקט איז געווען אנגענומען דורך רבי [[אהרן טייטלבוים]] און זיינע נאכפאלגער אלס אן פרואוו צו צונעמען דאס סאטמארער רבנות און אונטערצוברענגען די מאכטפולע השפעה פון ר' אהרן, וועלכער האט זיך געזען אלס דער רעכטער יורש פון דער סאטמארער אימפעריע. דאס האט צוגעברענגט צו אן עפישער קריגעריי איבער דעם עתיד פון דער סאטמארער קהילה און איר פירערשאפט. רוב מענשטן וואס זענען געווען קעגן ר' משה אין ר' אהרן שליט"א, זענען אריבערגעגאנגן צו ר' זלמן לייב, ווייל ער איז געווען מער א צוריקגעצויגענר און א שטארקער שטיצער פאר שלום.
 
דאס איז א נארמאלער ערשיינונג פון גבאים פון געוועזענע רעביס וואס זען זיך ארום אן קיין מאכט ביי דעם ממלא מקום נעמען אן אקטיווע שריט צו מינימיזירן דעם כוח פון די נייע רעביס. דאס האט פאסירט ביי ר' [[יאסליוסף אשכנזי]]. דער גבאי פון ר' יואל טייטלבוים וואס האט געארבייט קעגן ר' משה טייטלבוים, דאס האט אויך פאסירט אין קארלין, סלאנים, און נאך.{{מקור}}
 
די שטיצער פון ר' אהרן באשולדיגן ר' משה גבאי אין צעטיילן סאטמאר, זאגנדיג אז זיין מאטיוו איז צו פארגרינטעווען זיין אייגענער מאכט. איינע פון די הויפט טענות איז דאס אז דער סאטמארער רבי האט געליטן פון [[אלצהיימערס קרענק]] ל"ע און דערפאר זענען זיינע החלטות נישט זיינע אייגענע, נאר ער ווערט מאניפולירט דורך משה פרידמאן לויט פרידמאנ'ס פערזענליכע אינטערעסן. משה פרידמאן און זיינע שטיצער האבן געפרואווט ווייזן אויף צוריק אז דער סאטמארער רבי איז אייביג געווען ביים פולן זינען. און דאס וואס ער פארגעסט איז פשוט צוליב אלטקייט און איז לאו דווקא א ראי' אז מען קען אים איינטיילן וואס צו טאן.