אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "סקווירא"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
צוויי אפטיילין פאראייניגט מיט סקווירא (הויף)
שורה 4:
 
 
== סקווירא חסידות ==
סקווערער חסידים פאררופן זיך אלס די ממשיכים פון די ריינע דרך החסידות פון אמאל, לייגנדיג א דגוש אויף התקשרות צו צדיקים, אהבת ישראל, און אן אוטענטיש חסיד'ישן שטייגער. סקווערער חסידים זענען די מערסטע באקאנט פאר זייער באלד-פאנאטישן איבערגעגעבנקייט צו זייער רבי און זיין פאמיליע. זיי ווייזן אן עקסטערן ענטוזיאסטישקייט פאר זייער רבינ'ס [[רבי'שע טיש|טיש'ן]], וועלכע ווערן געפירט פאר אלע דריי סעודות אויף יעדן שבת, און אויף פילע יומא דפגרא'ס.
 
אויך זענען זיי באקאנט פאר די פילע אייגנארטיגע סקווערער מנהגים, וועלכע פארנעמען א צענטראלע פלאץ אינעם לעבנסגאנג פון א סקווערער חסיד. דאס חסידות טוט אויך פאדערן אן עקסטערן מאס פרישות צווישן מענער און פרויען, און דער טאטאלער אפגעזונדערטקייט איז מערקבאר אויף די גאסן פון דעם [[ניו סקווער|שטעטל]] ווי ערנסטערע בחורים און יונגעלייט גייען דורכ'ן טאג מיט די אויגן אויף אראפ, און פרויען און מיידלעך קלאמערן זיך ארויס פון וועג כדי זיך צו דערווייטערן פון די מענער.
 
סקווירא'ר חסידים טוען זיך אפט צוזאמקומען פאר יארצייט און ראש חודש סעודות -- וואו מען דערציילט סיפורים פון אמאליגע רבי'ס און חסידים, און אויף צו לערנען אין גרופעס פון ספר מאור עינים, וואס איז פארפאסט געווארן דורך דער גרינדער פון דער [[טשערנאבילער גזע]], ר' [[מנחם נחום טווערסקי|מנחם נחום מטשערנאביל]] זצ"ל.
 
היינטיגע סקווערער חסידים -- ספעציעל די וואס וואוינען אין דעם [[ניו סקווער|שטעטל]] -- זענען אויך באקאנט פאר א געוויסע אלט-מאדישקייט, אין גרויס טייל איז דאס א תוצאה פון זייער זעלבסט-געקליבענעם אפגעזונדערטקייט אין זייער שטעטל און די נאטורליכע תוצאות דערפון. צוליב פארשידענע סיבות איז עס אין די לעצטיגע יארן שוין נישט אזוי מערקבאר ווי אמאל.
 
== סקווערער מנהגים==
סקווירא איז באקאנט פאר אירע פארשידענע אייגנארטיגע מנהגים, וועלכע ווערן אנגעהאלטן שטרענג דורך די חסידים. פאלגענד זענען עטליכע, מיט זייערע טעמים.
 
===מפי אליהו===
דריי מנהגים זענען מקובל איש מפי איש פון דער בעל מאור עינים, וועלכער, חסידים דערציילן, האט דאס מקבל געווען פון אליהו הנביא:
* אויסזאגן גאנץ תהלים אן קיין הפסק שבת אינדערפרי פאר'ן דאווענען;
* אויסזאגן גאנץ הלל ערב פסח ביים מצות באקן מיט א ברכה מיט שם ומלכות;
* מאכן צוויי שי"ן'ס מיט'ן קשר פון די תפלין אויפ'ן קיבורת (אויבערשטער חלק פון ארעם).
 
=== מנהגים ביים דאווענען===
* זאגן "ויקרב קץ משיחיה" ביי קדיש: דער נוסח איז מקובל פון דער טשערנאבילער מגיד, און ווערט אויך געברענגט אין אבודרהם.
* זאגן "ברוך יאמרו" ביי קדושת נקדישך, און "משבחים ואומרים" ביי קדושת כתר: אויך דאס איז מקובל פון דער טשערנאבילער מגיד; אין סידור דעת קדושים פון בוטשאטשער רב ווערט געברענגט אויף דעם א טעם.
* נישט זאגן תחנון [[ג' כסלו]]: ר' אברהם יהושע העשיל מסקווירא האט געזאגט אמאל פאר זיין פאטער ר' איציקל אז ער האט געזען אין אן אלטן ספר נישט צו זאגן תחנון ג' כסלו. האט זיין פאטער געזאגט, "אה, מיין אברהם יהושע העשיל מאכט זיך א יום טוב. נו, זאל מען נישט זאגן קיין תחנון." פון דאמאלס אן האט מען נישט געזאגט קיין תחנון אין סקווירא ג' כסליו. שפעטער, ווען ר' אברהם יהושע העשיל איז נסתלק געווארן אין ג' כסליו האבן חסידים פארטייטשט אז דאס האט זיין פאטער געמיינט.
:אויך ווערט דערמאנט ג' כסליו אין מגילת תענית אלץ איינע פון די טעג "דלא למספד בהון". אין אמרי פנחס ווערט אויך געברענגט אז אין דעם טאג איז געשען א געוויסע נס.
* נישט זאגן תחנון פון פסח שני ביז כ' אייר: דער טשערנאבילער מגיד האט אנגעוויזן אויף דעם אין [[זוהר]] רעיא מהימנא פ' בהעלותך אז אין די טעג פון ספירת הוד זענען "תרעין פתוחין" (די הימלישע טויערן זענען אפן, און עס איז א צייט פון שמחה).
 
===מנהגים פון לבוש===
* פאר'ן קיטל צו טראגן יום כיפור, פסח, און ביום החופה נוצט מען רעכטע תכריכים: אויף צו דערמאנען דעם יום הדין.
* ישיבה בחורים און כולל יונגעלייט טראגן א גארטל א גאנצן טאג : מנהג פון פריערדיגע סקווערער רבי'ן, ר' יעקב יוסף, מעגליך גענומען פון די התנהגות פון יושבים אין בעלז.
* טראגן שטיוול שבת: אין סקווירא פלעגן די רבי'ס גיין מיט ווייסע זאקן ווי ביי אנדערע חסידים. ר' יעקב יוסף האט אבער נישט געוואלט טראגן קיין ווייסע זאקן אויס כבוד פאר זיין ברודער ר' איציקל קעשענאווער (וועמען די שוויגער האט נישט געלאזט טראגן צוליב דעם וואס איר מאן, ר' ברוך אשר ב"ר בנציון מטשערנאביל-ליאוב האט נישט געטראגן). אלץ א פשרה האט ר' יעקב יוסף זיך אנגעטון שטיוול, נישט וועלנדיג אפטרעטן פון דעם חסידישן מנהג פון נישט גיין מיט הויזן. צום באמערקן איז שטיוול געווען גאר מצוי אלס א חסידישער לבוש אין רוסלאנד/אוקריינא.
* טראגן א פארמאכטע טלית קטן : אין סידור הרב ווערט געברענגט פון כתבי אר"י אז דער בגד פון טלית קטן זאל צודעקן די ברוסטן.
 
===איינגעפירט אין שטעטל===
די פאלגנדע מנהגים האט דער סקווערער רבי ז"ל איינגעפירט פאר די איינוואוינער פון סקווער:
* נאך דער חופה גייען נישט די חתן כלה האנט ביי האנט.
* דער חתן קומט נישט אריין ביי דער חתונה צווישן די פרויען ווי עס איז איינגעפירט ביי אנדערע.
* ביים מצוה טאנץ טאנצן אויך דער חתן און דער כלה'ס פאטער מיט א גארטל.
 
===פארשידענע מנהגים===
* נישט לייגן א ניי געבוירן קינד אין א בעטל (פון דעם נעמט זיך אז מען נעמט אנשטאט דעם א גרויסן לעדל און מ'שטעלט דאס אוועק אויף צוויי בענקלעך צו מאכן ווי א בעט): דער מנהג קומט ארגינעל אלץ נישט קויפן אדער זיך באנוצן מיט באשטימטע חפצים פאר א קינד אונטער דרייסיג טעג אלץ שמירה... אין דעם איז אריינגערעכנט נישט ניצן קיין '''''קריב''''' אדער א '''''סטראולער''''', נישט אנטון קיין געקויפטע בגדים (אנשטאט דעם קען מען נוצן א מין '''קאמאונאו'''), א.א.וו. דער מנהג איז אבער נאר נתפשט געווארן לגבי דעם בעטל.
* א קינדפעטארין גייט נישט ארויס פון הויז און בלייבט נישט אין הויז אן א שומר פאר דרייסיג טעג : ווערט געברענגט אין שו"ת שבות יעקב אלץ שמירה.
* מאכן אן אפשערן פאר א קינד ווען ער ווערט צוויי יאר אלט (נישט ביי דריי) : טעם נישט באוואוסט, אבער מעגליך דאס איז געווען איינגעפירט אין יענע פלעצער אין רוסלאנד.
* נישט חתונה מאכן אין די טעג פון ר"ח טבת ביז ט"ו בשבט, און פון ר"ח תמוז ביז ט"ו אב : מנהג פון סקווירא'ר רבי'ס צוליב וואס אין זוהר שטייט אויף די טעג אז זיי זענען ימים הנמוכים און עס הערשט אין זיי מדת הגבורה.
 
===מנהגים פון צוואות רבי יהודה החסיד===
* נישט מאכן קיין שידוכים מאנטיג און מיטוואך, און נישט חתונה מאכן א' ג' און ה' פון דעם חודש.
* נישט טרעטן אויף א פלאץ וואס איז אמאל געווען אן אויוון.
* נישט פארבויען א טיר אדער א פענסטער נאר לאזן א טירל פון בערך 12x12 אינטשעס.
 
==היסטאריע==