אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "לעמבערגער געטא"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט צוגעלייגט: ja:ルヴフ・ゲットー
מ WikiCleaner 0.99 - קעפלעך הייבן אן מיט דריי "=" (Detection by װיקיפּעדיע:קאנטראלירן בלעטער)
שורה 2:
די '''[[לעמבערג]]ער געטא''', דעמאלט אין [[פוילן]], היינט אין [[אוקראינע]], איז געווען די דריטע גרעסטע [[געטא]] אין פוילן נאך דער [[ווארשעווער געטא]] און דער [[לאדזשער געטא]]. עס האבן זיך געפונען אין אט דער געטא איבער הונדערט טויזנט [[ייד]]ן.
 
=== היסטאריע ===
אין דער שטאט לעמבערג איידער דער [[צווייטער וועלט קריג]], האבן געוווינט ארום 110,000 יידן, זייענדיק א דריטל פון דער באפעלקערונג, ווען [[נאצי]] [[דייטשלאנד]], האט אינוואדירט פוילן, האבן אסאך יידן אויסגעוואנדערט קיין לעמבערג, וואס האט זיך געפונען אונטער [[רוסלאנד|רוסישן]] קאנטראל, לויטן [[ריבענטראפ מאלאטאוו אפמאך]].
 
די רוסן האבן פארטריבן אסאך פון די יידן אין טיפן [[רוסלאנד]], וואו זיי זענען פארהאלטן געווארן ביז נאכן קריג. עס ווערט געשאצט, אז ווען דייטשלאנד האט אטאקירט דעם [[סאוועטן פארבאנד]], האבן זיך געפונען נאך 100,000 פליטים וואס זענען נישט פארשריבן געווארן.
 
=== די מלחמה ===
אין [[אפעראציע בארבאראסע]] איז לעמבערג איינגענומען געווארן, און [[אוקראינע]]ישע נאציאנאליסטן האבן אויפגענומען די נאציס מיט פרייד, זעענדיג אין זיי באפרייער פון דעם [[קאמוניזם]]. און זיי צוזאמען מיט די נאציס, האבן דורכגעפירט א [[פאגראם]], וואו 4,000 יידן זענען אומגעקומען, אין יוני 1941. אין יולי איז פארגעקומען נאך א פאגראם, ווען 2,000 יידן זענען געהרגט געווארן דורך שיסן אין גרובער, אין דעם יידישן בית עלמין.
 
עס איז אויפגעשטעלט געווארן א [[יודנראט]], מיט [[יוסף פראנס]] אלס דער הויפט, ער איז געהרגט געווארן קורץ דערויף, ווען ער האט זיך אנטזאגט ארויסצוגעבן יידן פאר [[צוואנגס ארבעט]]. אויפן 2טן אקטאבער 1941, זענען 500 יידן גענומען געווארן, אויפצושטעלן די [[יאנאווסקע לאגער]].
 
=== די געטא ===
אויפן 8טן נאוועמבער, איז ארויס א באפעל, אז עס מוז אויפגעשטעלט ווערן א יידישע געטא, ביזן 14טן דעצעמבער. אין יענע צייט האט די [[עס.עס.]] אויסגעהרגט 5,000 עלטערע און קראנקע יידן, אין דעצעמבער איז אויפגעשטעלט געווארן די געטא, און עס האבן געוווינט דערין 120,000 יידן.
 
שורה 23:
דעם 18טן נאוועמבער, איז פארגעקומען נאך א פארשיקונג, ווען 5,000 יידן זענען אומגעקומען אין בעלזשעץ. און אין נאך אן אקציע אין יאנואר 1943, זענען נאך בערך 15,000 יידן געשאסן געווארן אין דער אומגעגנט, צוזאמען מיט די יודנראט באאמטע.
 
=== דער סוף פון געטא ===
אויפן ערשטן יוני 1943, איז באשלאסן געווארן די אויפלייזונג פונעם געטא. אוקראינישע גויים אינאיינעם מיט [[היטלעריוגענד]], האבן אויפגעזוכט די לעצט פארבליבענע יידן. צווישן די יידן איז געווען אן ארגאניזירטע אויפשטאנד, וואס האבן אפגעטון פארלוסטן צום פיינט. די עס עס האבן אויפגעריסן געביידעס, כדי צו אומצוברענגען יידן, 3,000 יידן זענען אומגעקומען אין דער געטא. נאך 7,000 זענען פארשיקט געווארן צו יאנאווסקא ארבעטס לאגער, סמערהייט זענען געשאסן געווארן אויפן פלאץ, עס איז מעגליך אז א טייל פון די איבערגעבליבענע וואס די נאציס האבן געפונען, זענען אפגעשיקט געווארן קיין [[סאביבאר]].
 
=== די באפרייאונג ===
ווען די סאוועטישע ארמיי איז אריין אין לעמבערג, 26סטן יולי 1944, האבן זיך נאר צווישן 200 און 300 יידן געפונען אין דער געגנט, וואס האבן זיך אויסבאהאלטן.