אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "סידור בעש"ט"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געשאַפֿן בלאַט מיט 'דאס סידור וואס האט געהערט דעם בעל שם טוב הקדוש, האט אונטער זיך א קאפיטל היסטאריע. עס געהער...'
 
אין תקציר עריכה
שורה 5:
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A7%D7%95%D7%91%D7%A5:Besht_Siddur.jpg
</gallery>
ווי באקאנט האט רבי יצחק מסקווירא גע'ירשנ'ט פון זיין שווער ר' צבי הערש מסקווירא, עטליכע חפצי ירושה פונעם הייליגן בעל שם טוב, זייענדיג פון די נענסטע יורשים.
צווישן די ירושה איז געווען עטליכע ספרי קודש, ווי למשל דעם בעש"ט'ס ספר תורה, וואס ליגט היינט צוטאגס ביים מאכניווקער רבי שליט"א אין ב"ב, ווי ער האט דאס באקומען בירושה פון זיין עלטער פעטער דער פריערדיגע מאכניווקער רבי, וואס איז פון די נאנטע סקווערע אייניקלעך, יורשי הבעש"ט.
אויך דעם סידור וואס דער בעשה"ק פלעגט דאווענען דערין, איז געווען בירושה געליגן אינעם סקווערן הויף אין רוסלאנד. צוליב די שווערע צייטן איבערבייט, איז דאס אנגעקומען צו איינע וואס האט דאס פארקויפט אין די שווערע הונגער יארן, ווען מ'איז אנטלאפן פארן לעבן, און דאס מכירה איז געווען בתנאי כפול, אז ווען עס וועט קומען איינע פון די יורשים פונעם סקווערן הויף, זאל מען עס צוריק פארקויפן אן באדינג צו זיי.
עס איז אנגעקומען צו דער מהריי"ץ מליובאוויטש וואס האט דאס אפגעקויפט, און זיין איידעם ר' מנחם מענדל מליובאוויטש האט דאס שפעטער געהאט.
וויבאלד ביידע הויפן, סקווירא און ליובאוויטש, האבן זיך געפירט נישט צופארן צו אנדערע רבי'ס, איז עס אזוי געבליבן פאר לאנגע יארן, און אפילו שפעטער ווען דער אלטע סקווערע רבי האט געטוישט זיין מנהג, מפני השלום, ווען ער האט נישט געוואלט מאכן קיין עסק, און געגאנגען באזוכען דעם סאטמארן רב מהר"י ט"ב, אזוי ארום איז ער שוין געגאנגען צו אנדערע רבי'ס אויכעט.
אבער ווידער ווייל ער האט נישט געוואלט מאכן קיין גערודער, האט ער נישט געוואלט גיין אפנעמען די סידור פון ליובאוויטש, וויסנדיג אז זיי וואלטן עס באמת זייער אליין געוואלט האלטן בזכי'.
אין יאר תשנ"א, ווען ר' אהרן מענדל טווערסקי האט בשליחות פונעם פאטער מנחם אבל געווען דעם ליובאוויטשער רבי, נאכן פטירה פון זיין רעבעצין, האט דער ליובאוויטשער רבי אהין געוויזן דעם שליסל פונעם אוצר ווי די סידור ליגט, און ווי ר' אהרן מענדל האט באקומען א באפעל פון פאטער, אז ווילאנג ער וועט עס עהם נישט איבערגעבן אין האנט אריין, זאל ער עס נישט נעמען.
און מיט דעם איז עס געבליבן דארט אין אוצר ספריית חב"ד אין 770 קרוינהייטס.