אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ספעציעלע טעאריע פון רעלאטיוויטעט"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט געענדערט: vi:Thuyết tương đối hẹp
אריבערגענומען טעקסט פון צייט
שורה 2:
 
איינער פון די קאנסעקווענצן פון דער טעאריע איז אז זאכן ווערן קירצער וואס גיכער זיי גייען. דאס טוט מען באמערקן נאר ביי גאר הויכע גיכן.
 
[[איינשטיין]] האט אויפגעטון אז [[צייט]] און פלאץ זענען פארבינדן איינס מיט אנאנד. און אז צייט איז רעלאטיוו, דאס מיינט אז עס קען לויפן שנעלער אדער שטייטער ווי די צייט אויף א צוייטן פלאץ. לויט דער טעאריע קומט אויס אז צייט לויפט שטייטער פאר אוביעקטן וואס רירן זיך מיט א גרויסע שנעלקייט, רעלאטיוו צו אביעקטן וואס רירן זיך שטייטער.
 
==דער צווילינג משל==
לויט איינשטיין'ס טעאריע קען אויסקומען דער פאלגנדער משל מיט די צווילינג: אויב צוויי ברודער ווערן געבוירן אויף דער וועלט אין דער זעלבער צייט. לאמיר זיי רופן ראובן און שמעון. איין טאג פליט ראובן ארויף מיט א ראקעט וואס פארט גאר שנעל (קרוב צו דער שנעלקייט פון ליכט). פאר ראובן שפירט עס ווי ער פליט פאר אפאר סעקונדעס, און זיין זייגער ווייזט אויך אזוי. ווען ראובן קומט צוריק אראפ, טרעפט ער שמעון אן אלטן מענטש, און שמעון זאגט אים אז ער האט געווארט פאר אים פופציג יאר. וויבאלט ראובן איז געפארן גאר שנעל, איז צייט פאר אים געגאנגען אסאך שטייטער ווי די צייט פון שמעון וואס איז פארביי געגאנגען פאר ראובן גאר שנעל.
 
===נאסא'ס פראבע===
נאסא האט אויספרובירט איינשטיין'ס טעאריע מיט צוויי אטאמישע זייגערס וואס מען האט אנגעשטעלט אויף גענוי דער זעלבער צייט. איין זייגער האט מען ארויפגעשיקט מיט א [[ראקעט]] וואס איז געפארן זייער שנעל (אבער נישט גענוג שנעל אז דער חילוק אין צייט זאל קענען באמערקט ווערן דורך מענטשן). ווען מען האט צוריק אראפגעברענגט דעם זייגער און אים פארגלייכט מיט דעם אנדערן האט מען געזען אז ער איז טאקע אנדערש מיט א חלק פון א סעקונדע, גענוי וויפיל עס וואלט געדארפט זיין לויט דער טעאריע פאר דער שנעלקייט מיט וואס דער ראקעט איז געפארן.
 
 
[[קאַטעגאָריע:פיזיק]]