אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קראי"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 6:
 
אין ארץ ישראל זענען דא קראים וואס לייגן מזוזות אויפן טיר, נישט אויסצוזעהן אומפרום אין א פלאץ ווי אלע פרומע האבן מזוזות.
 
===ספירת העומר===
אין די תורה שטייט: "וּסְפַרְתֶּם לָכֶם מִמָּחֳרַת הַשַּׁבָּת מִיּוֹם הֲבִיאֲכֶם אֶת-עֹמֶר הַתְּנוּפָה שֶׁבַע שַׁבָּתוֹת, תְּמִימֹת תִּהְיֶינָה עַד מִמָּחֳרַת הַשַּׁבָּת הַשְּׁבִיעִת תִּסְפְּרוּ חֲמִשִּׁים יוֹם" וואס טייטש: "און ענק זאלן ציילן צומארגענס פון די שבת פון די טאג וואס ענק ברענגען די עמר התנופה, זיבן שבתות גאנצע זאלן זיי זיין ביז דעם מארגן נאך דעם זיבעטען שבת, זאלן ענק ציילן פיפציג טעג". לויט חז"ל מיינט "צומארגנס פון דעם שבת" "צומארגענס פון די ערשטע טאג פסח" און דאמאלט פאנגט מען אן צו ציילן. די קראים האלטן אז מען פאנגט אן צו ציילן צומארגענס פון דעם שבת וואס איז נאך דעם טאג וואס מען ברענגט די עומר. זיי ברענגען א ראי' אז "השבת" מיינט נישט פסח, ווייל עס שטייט אויך "השבת השביעת" וואס מיינט זיכער נישט פסח. לויט די קראים האט די תורה געוואלט מען זאל ציילן "זיבן גאנצע וואכן" דאס מיינט מען זאל נישט אנהויבן אינמיטן א וואך.
 
==ראיות וואס קראים ברענגען==
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/wiki/קראי"