אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קראי"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 1:
א '''קראי''' איז איינער וואס גלייבט אז מען דארף די [[תורה]] אויסטייטשן לויטן פשוט'ן פשט - די פשט וואס, לויט זיי, וואלטן פארשטאנען די אידן וואס האבן געלעבט ווען די תורה איז געגעבן געווארן. זייערע פשטים זענען אפט נישט די זעלבע פשטים וואס די [[חז"ל]] האבן געלערנט אין די פסוקים, און וואס לויט חז"ל איז געווען די פארשטענדעניש פון די אידן אין יענע צייט. זיי נעמען אויך נישט אן די "מצות דרבנן" וואס ווערן דערמאנט אין חז"ל אבער נישט אין די תנ"ך. כאטש זיי האבן אויך אייגענע מנהגים און סייגים, האלטן זיי אבער אז די מנהגים זענען נישט א חלק פון די תורה, און יעדער מעג האלטן וואסערע מנהגים מען וויל.
 
==קראי'שע אויפירונגען וואס זענען אנדערש ווי חז"ל==
שורה 6:
 
אין ארץ ישראל זענען דא קראים וואס לייגן מזוזות אויפן טיר, נישט אויסצוזעהן אומפרום אין א פלאץ ווי אלע פרומע האבן מזוזות.
 
==ראיות וואס קראים ברענגען==
קראים ברענגען פארשידענע ראיות אז זיי זענען גערעכט און אז די תורה שבעל פה איז נישט מסיני.
===פסוק אין יהושע===
אין יהושע (ח, ל"ד-ל"ה) שטייט: "וְאַחֲרֵי-כֵן, קָרָא אֶת-כָּל-דִּבְרֵי הַתּוֹרָה, הַבְּרָכָה, וְהַקְּלָלָה--כְּכָל-הַכָּתוּב, בְּסֵפֶר הַתּוֹרָה. לא-הָיָה דָבָר, מִכֹּל אֲשֶׁר-צִוָּה משֶׁה אֲשֶׁר לא-קָרָא יְהוֹשֻׁעַ, נֶגֶד כָּל-קְהַל יִשְׂרָאֵל וְהַנָּשִׁים וְהַטַּף, וְהַגֵּר, הַהֹלֵךְ בְּקִרְבָּם." וואס טייטש: "און דערנאך האט ער געליינט די גאנצע תורה, די ברכה און די קללה, אלעס ווי עס שטייט אין די ספר תורה. עס איז נישט געווען א זאך פון אלעס וואס משה האט באפוילן וואס יהושע האט נישט געליינט". דאס ווייזט אז משה רבינו האט נישט באפוילן נאך זאכן וואס עס שטייען נישט אין די תורה.
 
==שיטה פון חז"ל==
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/wiki/קראי"