אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קראי"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
וויקיזירט
אין תקציר עריכה
שורה 1:
א '''קראי''' איז איינער וואס גלייבט אז מען דארף די [[תורה]] אויסטייטשן לויטן פשוט'ן פשט, נישט- די פשט וואס, לויט זיי, וואלטן פארשטאנען די אידן וואס האבן געלעבט ווען די תורה איז געגעבן געווארן. זייערע פשטים זענען אפט נישט די זעלבע פשטים וואס די [[חז"ל]] האבן געלערנט אין די פסוקים, און וואס לויט חז"ל איז געווען די פארשטענדעניש פון די אידן אין יענע צייט.
 
==קראי'שע אויפירונגען וואס זענען אנדערש ווי חז"ל==
===תפילין און מזוזות===
קראים האלטן אז די פסוקים פון "וקשרתם לאות על ידיך", "וכתבתם על מזוזות ביתך", וכדו' זענען פיגוריש גערעדט, אזוי ווי די פסוק "כתבם על לוח לבך" וואס מיינט נישט אז מען זאל טאקע שרייבן אויפן הארץ, נאר עס איז אן אויסדריק וואס מיינט: געדענק עס אייביג - אזוי ווי עס וואלט געווען אויף דיין הארץ, אנגעקנופט אויף דיין האנט, ציווישן דיינע אויגן, אוין אויף די מזוזת פון דיין טיר.
 
אין ארץ ישראל זענען דא קראים וואס לייגן מזוזות אויפן טיר, נישט אויסצוזעהן אומפרום אין א פלאץ ווי אלע פרומע האבן מזוזות.
 
==שיטה פון חז"ל==
לויט ווי דער [[רמב"ם]] זאגן אין הקדמה פון פירוש המשניות אז יודען האבן פון אנפאנג אהן מקיים געווען די מצות ווי די פרומע זענען עס היינט מקיים, דאס הייסט מען האט געלייגט תפילין ווי עס עס מקובל ביי די פרומע אידן, עס זאל זיין פיר פרשיות, און דער בית זאל זיין געמאכט פון הויט פון א בהמה און שווארץ ווי די [[הלכה למשה מסיני]] איז, אבער זיי האבן נישט געהאט דערין א רמז אין דער תורה, זיי האבן געלייגט אזוי תפילין ווייל זיי האבן געזעהן ווי משה רבינו און יהושע בון נון לייגט אזוי תפילין, און אזוי אויך א [[אתרוג]] האבן זיי גענומען די סארט פרי ווייל זיי האבן אזוי געזען ביי די פריערדיגע, נישט ווייל זיי האבן דאס געוואוסט פון דער תורה, ביז די חכמים האבן דאס ארויסגעלערנט פון פסוקים, זיי האבן געטראפען א רמז א טוטפות הייסט פיהר, און אתרוג מיז דווקא זיין א פרי הדר באילנו משנה לשנה, אבער די קראים האבן דאס נישט אנגענומען, און האבן זייט דאן אויפגעהערט צו לייגן תפילין און נעמען א אתרוג ווי עס איז געווען מקובל, נאר האבן זיך געמאכט אייגענע פשטים.
 
===דרייצן מדות===
זייער שיטה און לימוד איז אין קעגנזאץ צו די גלויבן פון די [[תנא]]ים (פרושים) און פון די מסורה, און פון רוב פרומע אידן היינטיגע צייטן וואס גלייבן אז די תורה קען אויסגעטייטש ווערן לויט דרייצן "מידות" וואס פארענדערן די מיינונג פון א פסוק.
[[קאַטעגאָריע:יידישע שטרעמונגען]]
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/wiki/קראי"