אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אראביש-ישראלדיקער קאנפליקט"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
בילד
שורה 8:
אין ענדע 19'טען יאר-הונדערט האט זיך אנגעהויבן א באוועגונג צווישן אידן אין מזרח אייראפע זיץ צו ציען וואוינען קיין ארץ ישראל. די באוועגונג האט גענומען עטליכע פאָרמען, רעליגיעזע און סעקולערע, און איז געווען געטריבן סיי פון אנטיסעמיטיזם אין אייראפע און סיי פשוט פון די פארגרינגערטע מיטלען אויף צו ערפילן דעם צוויי-טויזנט יעריגע תשוקה פון אידן זיך צו באזעצן אין הייליג לאנד.
 
ארץ ישראל, אונטער'ן אלטן רוימישן נאמען "[[פאלעסטינע]]" איז דאן געווען אונטער טערקישע הערשאפט פון דעם [[אוטומאןאטאמאנישע אימפעריע]]. די איינוואוינער פון לאנד האבן זיך געציילט אומגעפער 500,000, פון וועלכע בערך 25,000 זענען געווען אידן, און די איבעריגע מערסטנס אראבער.
 
פארשידענע ענליכע אידיאולאגיעס האבן אויפגעשפראצט בנוגע דעם באוועגונג זיך צו ציען צום היסטארישן לאנד פון די אידן, אבער קיין איינס האט נישט געוואונען קיין מאסן שטיצע פון אידנטום. אימיגראציע איז נאך אלץ געווען אויף גאר א קליינער פארנעם. די ערשטע אידן וואס האבן אנגעהויבן ארויפצוקומען אין די צייטן (אויך באוואוסט אלץ דער "[[ערשטער עליה]]") האבן געגרינדעט אגריקולטורע מושבים, ווי [[מקוה ישראל]], [[פתח תקוה]], און [[ראשון לציון]], ווי זיי האבן פלייסיג באארבעט די ערד מיט אן אידיאולאגישער געטריישאפט צום לאנד.
 
די שטחים אויף וועלכע די אגריקולטורע מושבים זענען געגרינדעט געווארן זענען צום מערסטנס געקויפט געווארן פון אראבער. די ארטיגע אראבער האבן אין דעם פון אנהייב נישט געזען קיין סבה זיך צו באזארגן, און על פי רוב האבן זיי געלעבט רוהיג מיט אידן, טראץ געציילטע אומרוהען פון צייט צו צייט.
 
==ציוניזם==