אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מרדכי טווערסקי (רחמיסטריווקא)"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געשאַפֿן בלאַט מיט 'רבי '''מרדכי טווערסקי''' פון רחמיסטריווקא, באקאנט אלס ר' '''מאטעלע רחמיסטריווקער''' (ה'ת"ר...'
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע ביי 06:08, 4 מײַ 2010

רבי מרדכי טווערסקי פון רחמיסטריווקא, באקאנט אלס ר' מאטעלע רחמיסטריווקער (ה'ת"ר - י"ז אייר ה'תר"ף) איז געווען דער צווייטער רחמיסטריווקער רבי. פון יאר תרס"ה האט ער געוואוינט אין ירושלים.

רבי מאטעלע איז געבוירן אין ת"ר צו זיין פאטער רבי יוחנן טווערסקי, ערשטער רחמיסטריווקער רבי, און זיין מוטער, א טאכטער פון רבי פינחס פון קאלק. ער האט געהאט דעם נאמען מרדכי נאך זיין זיידן, רבי מאטעלע טשערנאבלער,

ער פלעג דאווענען מיט גרויס התפשטות הנפש, דערפאר האט זיין טאטע אים גע'עצה'ט ער זאל טון אין עפעס וועלטלעך גלייך נאכן דאווענען כדי זיין נשמה זאל נישט אוועקפליען. האט ער זיך אויסגעלערנט ווערן א מייסטער קריצער פון זילבער און קופער, און ער האט די ארבעט געטון יעדן טאגן פאר א שעה.

ער האט חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון רבי חנינא ליפא פון זשיטאמיר. שפעטער האט ער חתונה געהאט בזיווג שני מיט דער טאכטער פון זיין פעטער, דער טאלנער רבי.

ער האט געהאט צוויי זין:

אין תרס"ה איז ער ארויף אין ארץ ישראל און האט זיך באזעצט אין ירושלים. פסח תר"ף ווען ער איז געגאנגען צום כותל האבן אראבער אים אטאקירט און שווער געוואונדעט. ער האטן געליטן פון זיינע מכות פיר וואכן און איז נפטר געווארן י"ז אייר.

מקורות