אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "הורדוס"

8,211 בייטן אראפגענומען ,  פֿאַר 11 יאָר
מ (באט אראפגענומען: ar:هيرودس الكبير)
 
== דער משפט פון הורדוס ביים סנהדרין און זיין אנטלויפען ==
חפשו לסביות בגוגל!
ווען די אידישע שרים האבן זיך דערוואוסט וואס הורדוס האט געטון האבן זיי זיך געשטעלט פאר הורקנוס און געבעטן, "וואו לאנג וועסטו לאזן אנטיפאטער מיט זיינע קינדער געוועלטיגן, און טון וואס זיי געפעלט, דער אנטיפאטער ניצט דיינע אוצרות און געלט צו קענען חנפ'נען די רוימישער קעניגן, נישט נאר הורדוס נאר אויך זיין זון פסילו הערשט היינט אין ירושלים, און די אליינס געוועלטיגסט נישט נאר זיי. שטעל הורדוס דער זון פון אנטיפאטער פאר א משפט צום הייליגן סנהדרין, ווייל די ביסט דער מלך און די האסט די רעכט."
 
די שרים האבן נישט נאכגעלאזט און געמוטשעט דעם קעניג און אויך די מאמעס פון די בחורים וואס הורדוס האט געהארגעט האבן זיך געשטעלט פארן קעניג ווען ער איז געקומען צום בית המקדש, און אים פארגעהאלטן אויף וואס הורדוס האט געטון.
 
הורקנוס האט געשיקט שלוחים צו ברענגען הורדוס צום משפט.
 
ווען אנטיפאטער האט דאס געהערט האט ער געשיקט א בריוו צו זיין זון הורדוס וואו פאלגאנד: "ווען הורקנוס וועט דיך רופן, זאלסטו זיך נישט פארזוימען, גיי געשוואונד, אבער היט זיך גיי נישט אליינס, נעם מיט א גרויסע מיליטער, אבער לאז זיי איבער אינדרויסן פון ירושלים, אין שטאט זאלסטו אריינגיין נאר מיט אפאר גיבורים."
 
ווען די שלוחים פון הורקנוס זענען אונגעקומען צו הורדוס האט ער געוטן וואו זיין טאטע האט אים באפוילן און האט זיך געלאזט און וואג מיט א גרויסע מיליטער, וועלעכער ער האט איבערגעלאזט אינדרויסן פון ירושלים, און זיך געשטעלט פאר די סנהדרין מיט עטליכע גיבורים, ער איז געווען געקליידעט מיט פערפל וואל און אן אויסגעקעמטע קאפ.
 
ווען ער איז אריינגעקומען צום סנהדרין האט ער באגריסט די דיינים אבער זיי זענען געווען דערשראקן פון זיין גאוה אין האבן מורא געהאט אים צו ענטפערן. עס זענען געזעצן דארטן שמאי און מנחם (די תלמידים פון הלל הזקן) אלס נשיא און אב"ד, שמאי האט זיך אונגערופן צום בית דין: "גאוני השם און זיינע הייליגע! איך האב היינט געזעהן א נייע זאך וועלכער איך האב נאך נישט געזעהן זייט איך דין אייך. געווענליך א זינדיגער דארף זיך שטעלן צום משפט מיט שווארצע קליידער, מיט זאמד אין די האר, און בעט רחנות אויף זיין זינד. אבער דער בחור הורדוס שטעלט זיך פאר אייך מיט פערפל וואל און א אויסגעקעמטע קאפ און נאך מיט א שווערד און ארום איך א קופקע גבורים, אז אויב וועט ער ווערן באשולידגט און משפט וועט ער טייטן די שופטים, דאס איז א נייע ווערטשאפט ביי אייך. איך בין נישט פארוואונדערט אויף הורדוס ווייל ער טוט דאס ווייל ער וועט פארבירן זיך ראטעווען, איך וואונדער זיך אויף אייך פארוואס איר לאזט דאס צו. וועגן דעם זאג איך אייך, אז עס קומען טעג און דער הורדוס וועט אויף אייך געוועלטיגען און וועט הרג'נען אייערע גרויסע לייט און וועט אייך נישט מכבד זיין ביי א משפט, און הורקנוס וועלעכער האט אויף אים אזוי געשוינט וועט נישט צוריקבאקומען די זעלבע נאר הורדוס וועט אים הרג'נען און איבערנעמען זיין קעניגרייך.
 
ווען די סנהדרין און די שופטים האבן געהערט די ווערטער פון שמאי, האבן זיי צו זיך געקוקט איינער אויפן צווייטן און געזאגט "גערעכט איז שמאי" (הורקנוס דער קעניג איז דארט געזעצן און געהערט די שמועס), מנחם דער חבר פון שמאי האט גענומען דאס ווארט און געזאגט, וואס וועט איר האבן פון קוקען איינער אויפן צווייטען? פארוואס זאלט איר זיך דערשרעקן? איר ווייסט דאך אז דאס משפט איז פארן באשעפער, הערט אויף צו חנפ'נען און גיבט ארויס א גערעכטער פסק, און דער באשעפער וועט מיט אייך זיין ווייל מיין חבר שמאי האט ריכטיג געזאגט.
 
ווען דער קעניג הורקנוס האט געזעהן אז די פנים'ער פון די סנהדרין און די חכמים זענען גענויגט צו שלעכטס טון פאר הורדוס, האט ער געזאגט צו די סנהדרין, עס איז שוין שפעט לאמיר גיין אהיים און מארגען וועט מען זיך זעצן צום משפט צו פארשן די איינצעלהייטן פון די משפט. (הורקנוס האט דאס נאר געזאגט כדאי צו קענען ראטעווען הורדוס פון טויט), די סנהדרין האט אונגענימען די ווערטער פון הורקנוס און אלע זענען זיך צוגאנגען.
 
יענע נאכט איז הורדוס ארויס פון ירושלים מיט זיינע שטארקע לייט, און זיך באגעגענט אינדרויסן פון שטאט מיט זיינע דיוויזיעס און איז אנטלאפען מיט זיי קיין [[דמשק]] צו [[סיקתוס]], און האט פארציילט אלעס וואס איז פארגעקומען אין ירושלים. סיקתוס האט אים געשטעלט אלס הערשער איבער לאנד ארם.
 
נאך א שטיק צייט איז ער צוריק ארויפגעקומען קיין ירושלים מיט א ריזן מיליטער פון פרס'ישע סאלדאטן, וועלנדיג מלחמה האלטן קעגן דעם קעניג הורקנוס אים הרג'נען און איבערנעמען די קעניגרייך, אבער ווען ער איז אונגעקומען צו די טויערן פון ירושלים זענען זיין טאטע אנויפאטער און זיין ברודער פיסלו ארויס קעגן אים און אים אפגערדעט פון טון די שריט, און אים אויפגעקלערט אז הורקנוס האט אים געראטעוועט פון די סנהדרין פארדעם דארף ער מכיר טובה זיין און נישט גיין אין מלחמה מיט אים און אזוי אויך וועט זיך גיסן אסאך אידיש בליט, האט ער זיך אויסגעדרייט און איז צוריקגעפאהרן קיין פרס.
 
שפעטער איז ער צוריקגעקומען קיין ירושלים אן מיליטער און איז צוריק געווארן די הערשער ביז ער איז צוריק פארטריבן געווארן דורך די פרסיעשר ארמיי. נאך 6 יאר האט אים די רוימישער ריגירונג געקרוינט אלץ [[מלך יהודה]], ער איז ארויפגעקומען אויף [[ארץ ישראל]] מיט די הילף פון די רוימישער ארמיי און פארטריבן די פרסישער מיליטער.
 
== די קעניגרייך פון הורדוס ==
אַנאנימער באַניצער