אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קא גע בע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 19:
== היסטאריע ==
 
די קא־גע־בע'ס אפשטאם איז דאטירט צו דעצעמבער 1917 ווען די ערשטע סאוויעט פאליציי קראפט איז געגרינדעט געווארן אונטער די פירערשאפט פון דער דעמאלטדיגער פרעזידענט פעליק דערעהינזקי. די אגענטור האט דעמאלט געהייסן די וועטשעקא. אין 1923 האט זיך דער נאמען געטוישט צו די דזשי.פי.יו. און באלד דערויף צו אוי.דזשי.פי.יו. אין 934' האט די סאוויעט פירערשאפט רעפארמירט די אגענטור און איר א נאמען געגעבן די [[נ ק וו ד|ען.קעי.ווי.די.]] פון דארט און ווייטער האבן זיך נעמען געטוישט יעדע עטליכע יאר ביז עס איז אפיציעל געבליבן פאר א לענגערע צייט מיט'ן נאמען עם.די.ווי. אונטער די פירערשאפט פון [[זשאזעף סטאלין]]. ווען סטאלין איז געשטארבן אין 1954 האט די סאוויעט פירערשאפט נאכאמאל איבערגעטוישט אסאך טיילן פון די רעגירונג און די קא־גע־בע איז געגרינדעט געווארן, באקומענדיג מער מאכט און רעכטן און אויך דאפעלט אגענטורן.
די קא־גע־בע'ס הויפט פונקט איז געווען צו טעריראזירן יעדן מענטש אויף וועמען מען האט געשמעקט אז ער איז נישט 100 פראצענט לאיאל צו די קאמוניסטישע פארטיי. די קא־גע־בע האט געהאט שרעקליכע טורמעס און האט באהאנדלט זייערע ארעסטאנטן מיט א שרעקליכע אכזריות (הונדערטער אידן זענען נעבעך געפייניגט געווארן דורך די קא־גע־בע בלויז פאר'ן האלטן אידישקייט, וועלכע איז געווען פארבאטן אין די סאוויעט פארבאנד. הי"ד). מענטשן אין רוסלאנד האבן נישט געקענט זאגן קיין מיינונגען און אפילו קרומען מיט די נאז אויף פאליסיס וואס זייער קאמוניסטישע רעגירונג האט אנגעהאלטן. ווער עס האט פרובירט עפענען א מויל איז באלד ארעסטירט געווארן דורך די קא־גע־בע וועלכע האבן אים אויסגעפייניגט ביז'ן טויט ער זאל ארויסגעבן ווער נאך עס האלט אזוי ווי אים. טייל מענטשן האבן אנגעוויזן אויף אומשולדיגע מענטשן, וועלנדיג זיך ארויסדרייען פון די שווערע פיינונגען.
די עקלהאפטיגע אויפירונג פון די קא־גע־בע האט אזוי אנגעהאלטן ביז אין די 80'גער יארן ווען דער דעמאלטדיגער פירער מיכאיל גורבאטשאוו האט איינגעשטעלט נייע רעפארמען און באפוילן די קא־גע־בע נאכצוזאלן פון אירע פאליסיס און אקטיוויטעטן. ווען די יו.עס.עס.אר. איז צוזאמענגעפאלן האבן רוב רוסן פארלאנגט אויפצולעזן די קא־גע־בע און אויפשטעלן א נייע אגענטור ענליך ווי אין די פרייע לענדער. פרעזידענט יעלצין האט טאקע אזוי געטאן און אויפגעשטעלט פינף נייע אגענטורן אנשטאט די קא־גע־בע.