אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יידישער לוח"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
←‏באשטימען א יאר: {{קביעות'ן פון יארן}}
מ באט צוגעלייגט: pnb:عبرانی کیلنڈر; קאסמעטישע ענדערונגען
שורה 10:
וויבאלד דאס אלעס גייט לויט [[ירושלים]] איז די [[ווינטער]] אדער [[זוממער]] לויט די [[צפון|צפונדיגער]] טייל פון די וועלט.
 
== היסטאריע ==
דער לוח איז א [[מצוה]] אין דער [[תורה]] צו האלטן, אין פרשת בא זאגט די תורה '''החודש הזה לכם ראש חדשים''' און פון דאן אן האלטן [[ייד]]ן דעם לוח.
 
 
== די יסודות פון דעם לוח ==
 
=== דער טאג ===
שורה 28:
אין [[תנ"ך]] ווערט נאר דערמאנט נעמען פאר 4 חדשים, די איבריגע ווערן אלעמאל אנגערופען מיט א נומער [[ניסן]] זייענדיג די ערשטע.
די 4 נעמען וואס ווערן דערמאנט אין תנ"ך:
# אביב - ניסן
# זיו - אייר
# איתנים - תשרי
# בול - חשוון
די איבריגע און היינטיגע נעמען זענען בבלישע נעמען וואס מען האט אנגעפאנגען ניצן אין [[גלות בבל]].
{{חדשים}}
שורה 46:
ערשטענס, [[ראש השנה]] דארף זיין אין די טאג פון די מולד, די סבה איז ווייל ווען די סנהדרין האט געמאכט די חדשים לויט וואס מען האט געזען איז ראש השנה אלעמאל אויסגעקומען אין די טאג פון די מולד.
[[ראש השנה]] קען נישט באשטימט ווערן אין די פארגנדע טעג/צייטען:
# לא אד"ו, ראש השנה קען נישט באשטימט ווערן אויף א זונטאג, מיטוואך, אדער פרייטאג.
# מולד זקן, א מולד וואס קומט אויס נאך 12 מיטאג קען מען נישט באשטימען ראש השנה אין יענע טאג.
# ג-ט-ר"ד, א מולד וואס קומט אויס דינסטאג נאך 3 אזייגער מיט 204 חלקים צופרי אין א געהעריגע יאר קען מען נישט באשטימען ראש השנה.
# ב-ט"ו-תקפ"ט, א מולד וואס קומט אויס מאנטאג נאך 9 אזייגער מיט 589 חלקים אין א געהעריגע יאר וואס איז נאך א מעוברתדיגע יאר, קען מען נישט באשטימער ראש השנה אין יענע טאג.
אויב די מולד קומט אויס אין איינע פון די אויבערדערמאנטע טעג שטיפט מען דאס אף צו די קומענדיגע טאג, אויב איז די קומענדיגע טאג אד"ו דאן שטיפט מען דאס אף נאך א טאג.
די צאל פון טעג אין א יאר ווייסט מען דורכדעם וואס מען רעכנט אויס וועלכע טאג אין דער וואך וועט ראש השנה פון די יאר און פון דער קומעדיגע יאר אויסקומען, לויט די חשבונות פון פריער קומט אויס אז די צאל פון טעג אין א יאר קען זיין איינע פון די זעקס:
שורה 63:
{{קביעות'ן פון יארן}}
 
=== די חדשים ===
{|
|+'''אידישע חדשים מיט זייערע נעמען און די צאל טעג וואס זיי האבן.'''
שורה 125:
עס זענען דא פארשידענע [[מנהג|מנהגים]] וואס גייט אן אין אדר און אין א שנה מעוברת האלט מען דאס אין איינע פון די צוויי אדר'ס אבער נישט ביידע. [[פורים]] איז אלעמאל די צווייטע אדר, יארצייטן האלט מען די ערשטע אדר, געבורטס טאג האלט מען די צווייטע אדר. אויב עס איז געשען אין א שנה מעוברת (למשל איינער וואס איז געשטארבן אין א שנה מעוברת) דאן האלט מען די יארצייט אין די זעלבע אדר וואס ער איז גשעטארבן, און אין א געהעריגע יאר האלט מען דאס אין די איינע אדר וואס עס איז דא.
 
=== [[יום טוב|ימים טובים]] און די טעג פון די וואך ===
לויט די אויבענדערמאנטע חשבונות קומט אויס אז עס זענען דא געוויסע טעג וואס ימים טובים קענען נישט אויסקומען. וויבאלד די לענג פון אדר ב' (אדער אדר אין א געהעריגע יאר) ביז ראש השנה איז אלעמאל די זעלבע, און לא אד"ו ראש קומט אויס אז יעדע יום טוב פון ראש חדש אדר ב' האט דריי טעג אין וואך וואס עס קען נישט אויסקומען. אבער די ימים טובים פון ראש חדש חשוון ביז ראש חדש אדר ב', וויבאלד די לענג איז נישט אלעמאל די זעלבע - עס קען זיין 29/30 טעג אין חשוון/כסליו, און עס קען זיין א אדר א' - האבן די ימים טובים נישט דריי טעג וואס זיי קענען נישט אויסקומען.
פאלגענד איז א ליסטע פון די טעג אין די וואך וואס ימים טובים קענען אויסקומען, אלע ימים טובים פון ראש חדש אדר און ווייטער ווענדט זיך אין די קומענדיגע ראש השנה.
שורה 135:
[[חנוכה]], [[עשרה בטבת]], און [[ט"ו בשבט]] זענען אלע א אויסנאם צו די 3 טעג וויבאלד זיי זענען צווישען ראש חדש חשוון און ראש חדש אדר. חנוכה קען אויסקומען אין אלע טעג חוץ פון דינסטאג, עשרה בטבת קע אויסקומען אלע טעג חוץ פון מאנטאג און שבת, און ט"ו בשבט קען אויסקומען אלע טעג חוץ פון זונטאג און פרייטאג.
 
=== די מחלוקה וועגן באשטימען ראש השנה אין די צייטן פון ר' סעדיה גאון ===
אין די צייטן פון ר' [[סעדיה גאון]] האט אויסגעבראכן א גרויס מחלוקת איבער באשטימען ראש השנה פון יאר [[ד'תרפ"ג]]. ר' סעדיה גאון איז דאן געווען דער גרעסטער [[ראש ישיבה]] אין [[בבל]]. אין דער צייט איז געווען אין [[ארץ ישראל]] א גאון ר' אהרן בן מאיר, ער איז געווען דער ראש ישיבה אין ארץ ישראל, לויט זיין דעה וואלט ראש השנה פון תרפ"ג נישט געדארפט ווערן אפגעשטופט און לויט ר' סעדיה גאון וואלט עס יא געדארפט ווערן אפגעשטופט, מען האט זיך ארום געשיקט בריוון דורך דעם גאנצן יאר תרפ"ב, און די מחלוקה האט נאר געברענט ווייטער און ווייטער, בן מאיר האט גע'טענה'ט אז וויבאלד קביעות החדש געהערט פאר ארץ ישראל, און דא איז דא א מחלוקה וועגן קביעות החדש דארף מען טאן לויט די ארץ ישראל'דיגע. ר' סעדיה האט אבער געהאלטן אז דאס איז נאר ווען מען איז מקדש לויט וואס מען זעהט, אבער ווען מען ניצט חשבון גילט נישט דער כלל, דערפאר דארף מען זיך נישט רעכענען מיט דעם וואס ער וואוינט אין ארץ ישראל. די מחלוקה האט אזוי אנגעהאלטן ביז תרפ"ה ווען רוב ארץ ישראל'דיגע האבן געטאן וואס בן מאיר האט געהאלטן און די חוץ-לארץ'דיגע האבן געטאן ווי ר' סעדיה גאון, אין תרפ"ה האט זיך די מחלוקה אפגעשטילט מיט דעם ר' אהרן איז נפטר געווארן פלוצלונג פאר פסח (מספר יוחסין הקדמון), און למעשה האבן די פוסקים הקדמונים והאחרונים אנגענומען ר' סעדיה גאון'ס שיטה.
 
שורה 141:
עס איז דא א לאך פון בערך 165 יאר צווישען די ציילונג וואס די אידישע לוח ציילט וואס איז געבויעט אויף [[סדר עולם]] פון [[ר' יוסי בן חלפתא]], און די ציילונג וואס איז היינט באוואוסט פאר די וויסענטשאפטלער. די עיקר לאך איז ווען די ערשטע בית המקדש איז חרוב געווארן, לויט סדר עולם איז עס חרוב געווארן אין ג'של"ח (3338) וואס איז 421 פאר די אלגעמיינע ציילונג, אבער לויט די פארשער איז עס חרוב געווארן 586 פאר די אלגעמיינע ציילונג דאס איז 165 יאר לאך.
 
=== צוויי יאר וואס שטימען נישט ===
מיר ציילן היינט אז די יאר פון מולד תוהו (וואס איז די יאר פאר [[אדם הראשון]] איז באשאפן געווארן) אלס יאר נומער 1, און די יאר וואס [[אדם הראשון]] איז באשאפן געווארן אלס יאר נומער 2, אבער אין סדר עולם אויף וואס אונזער ציילונג איז באזירט קוקט אויס ווי ער ציילט די יאר וואס אדם הראשון איז באשאפן געווארן אלס יאר 0. דאס לייגט צו נאך 2 יאר וואס לויט דעם וואלט אויסגעקומען אז וואס סדר עולם רופט אן 3338 איז באמת 3340 פאר אונז.
 
=== פארענטפערן די צווישנשייד פון 165 יאר ===
עס זענען דא אזעלכע וואס זאגן אז עס איז א טעות, און די טעות נעמט זיך פון דעם וואס די [[נביא|נביאות]] פון [[דניאל]] קען זיין געטייטשט אז עס וועט זיין 490 יאר פון חורבן בית ראשון ביז חורבן בית שני, און רעכענדונג צוריקוועגס קומט אויס די ערשטע בית המקדש איז חרוב געווארן אין 3338.
אנדערע ווילען זאגן אז די פסוקים אין דניאל זענען טאקע די סבה פאר די פעלענדיגע יארן, אבער נישט בטעות נאר עס איז געטאן געווארן דווקא כדי מען זאל נישט קענען אויסרעכענען ווען [[משיח]] וועט קומען, וואס איז וואס די פסוקים אין דניאל רעדן פון.
דאס איז אויך געווען אן [[אנטיסעמיט|אנטסעמיטישע]] סבה וואס די [[קריסטן]] האבן געזאגט אז די אידען האבן געטאן כדי צו פארדרייען די נביאות אין יענע פסוקים פון דניאל ווייל עס גייט ארויף אויף [[יוזל]].
 
=== וועלכע יארן זענען די ריכטיגע ===
עס איז נישט מעגליך אז ביידע זאלן זיין ריכטיג דארפאר דארף מען זעהן וועלכע מען נעמט אהן.
עס זענען דא אזעלכע וואס זאגן אז מען קען זיך נישט פארלאזן אויף די אידישער לוח, ווייל דאס איז אלעס געבויעט אויף סדר עולם אנע דרויסענדיגע מקורות אויף דעם, חוץ [[תנ"ך]].
שורה 175:
[[קאטעגאריע:קאלענדארן]]
 
{{Link FA|he}}
{{Link FA|es}}
{{Link FA|he}}
 
[[en:Hebrew calendar]]
שורה 214:
[[no:Det jødiske året]]
[[pl:Kalendarz żydowski]]
[[pnb:عبرانی کیلنڈر]]
[[pt:Calendário judaico]]
[[ro:Calendarul ebraic]]