אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "הארץ אטאקע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט צוגעלייגט: dv:ހާރޓް އެޓޭކް ޖެހުން
אין תקציר עריכה
שורה 3:
'''הארץ אטאקע''' איז ‫אַן [[wikt:אַקוטע|אַקוטע]] [[אינפֿאַרקציע]] פֿון [[הארצמוסקל]] (AMI אָדער, מער געוויינטלעך צווישן [[דאקטאר|דאָקטוירים]], MI) איז אַן ערנסטע, פּלוצעמדיקע האַרצקרענק וואָס איז כּולל פֿאַרשיידענע ניוואָען [[ברוסטקאסטן|ברוסטווייטיק]] אָדער אומבאַקוועמקייט, [[שוואַכקייט]], [[שוויצן]], ניט־גוטקייט, [[ברעכן]] און קרומע האַרצריטמען, און דערפֿירט טייל מאָל צום פֿאַרלירן די [[באוויסטזיין|באַוווּסטזײַן]].
 
עס קומט פֿאָר ווען דאָס בלוטשטראָם צו אַ טייל [[הארץ|האַרץ]] ווערט איבערגעריסן. דאָס דערפֿירט צום [[טויט]] און [[שראם|פֿאַרשראַמונג]] (scarring) פֿון דאָס האַרצגעוועב אין יענעם אָרט. דער באַווירקטער ראַיאָן קען זײַן אַ גרויסער אָדער אַ קליינער, און דערפֿאַר זײַנען '''האַרצאַטאַקעס''' פֿון פֿאַרשיידענע מדרגות ערנצטקייט, נאָר זיי שטעלן מיט זיך פֿאָר אָפֿטמאָל אַ [[מעדיצין|מעדיצינישן]] נויטפֿאַל וואָס פֿאָדערט אויפֿמערק תּיכּף־ומיד, און דערמיט אַן אַקטיווירונג פֿון דער אָרטיקער גיכער הילף ([[הצלה]], צום בײַשפּיל, אָדער [[911]]).
 
מע שטעלט דעם [[דיִאַגנאָז]] מיט אַ קאָמבינאַציע פֿון דער מעדיצינישער געשיכטע, רעזולטאַטן פֿון [[ע.ק.ג]], און [[הארצענזימען|האַרצענזימען]] (cardiac enzymes). די סאַמע וויכטיקסטע באַהאַנדלונג פֿאַר אַ מיִאָקאַרדיום־אינפֿאַרקט איז צו ווידער אויפֿצועפֿענען די בלוטשטראָם צום האַרץ, דורכן [[טראמבאליז|טראָמבאָליז]] (thrombolysis), דאָס הייסט צעלאָזן די בלוט־[[גליווער|פֿאַרגליווערונג]] אין דער [[ארטעריע|אַרטעריע]] מיט [[ענזים|ענזימען]] (enzymes), אָדער [[אנגיאפלאסטיק|אַנגיאָפּלאַסט]] (angioplasty), וואָס ניצט אַ באַלאָן אויפֿצופּראַלן די אַרטעריע. מע מוז שטרענג אויפֿפּאַסן אויפֿן פּאַציענט אויף אַ ספּעציעלן האַרצאָפּטייל אין [[שפיטאל|שפּיטאָל]] כּדי צו פֿאַרהיטן געוויסע קאָמפּליקאַציעס. מע לייגט אויך אַ טראָפּ אויף צווייטיקע פֿאַרהיטונג (secondary prevention), דאָס הייסט עלימינירן ריזיקעס וואָס קענען דערפֿירן צו ווײַטערדיקע האַרצאַטאַקעס.