אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יידיש-וויקיפעדיע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט צוגעלייגט: ko:이디시어 위키백과
clean up using AWB
שורה 30:
די דאזיגע 5 ענינים, זענען טאקע אבסאלוט נישט קיין ציל פאר זיך, אבער זענען פארט אויטאמאטיש אינעם גרעסערן בילד פונעם פראיעקט, און דינען אלס מטרה און אגענדע, בלויז צייטווייליג דורכאויס דעם פראצעס, צו עררייכן א פולשטענדיגע גענצליכע אידישע ענציקלאפעדיע: מען קען נישט באצייכענען די אידישע וויקיפעדיע אלס בלויז עפעס א וועב סייט, ווייל דאס איז נישט איין סייט אין פשוטן זין פון ווארט, נאר א איבער 4000 זייטן זאמעלונג.
====גוגל פאקטאר ====
היינט צוטאגס איז [[גוגל]] זוך מאשין, דער גאנצער אויספארמונג און פאפולערקייט פונעם קאלעקטיווען אינטערנעט. <ref>[[גוגל#מאנאפאל]]</ref> און גוגל מאכט די אידישע וויקיפעדיע פאר די אינטערנעט אין אידיש. ווייל דער הויפט מהלך וויאזוי גוגל ארבייט איז צו לינקען ווער עס האט דאס מערסטע לינקס. <ref>[[גוגל#בלאט ראנק]]</ref> די אידישע וויקיפעדיע איז אויסגעשטעלט מיט די מערסטע לינקס פון אלע וועב סייטס און זאל האבן מער לינקס פון אלע וועב סייטס צוזאמען. <ref>[[וויקיפעדיע:לינקס]]</ref> דעריבער וויבאלד זי האט אזויפיל לינקס שיקט איר גוגל אלע אידישע אינטערנעט באנוצער וואס זוכן סיי וואס עפעס ווערטער אין אידיש, אין די מאסן אסאך מער ווי אלע אנדערע סייטס פארהאנען.עס וועט זיך כמעט נישט מאכן א זוך פון א ווארט אין אידיש אן צענדליגע אידישע וויקיפעדיע ווייזונגען אויף די ערטשע פאר בלעטער פון די רעזולטאטן, וואס דאס איז קריטיש אנטשיידען פאר די זוכער צו שלום מאכן מיטן מצב און אריינגיין בלויז דארטן.
 
====אידישקייט====
שורה 73:
דאס ווייזט אז וויבאלד מיר געבן פאר בייעסד מענטשן וואס האבן צוטריט צו שרייבן און אינטערנעט און קענען די שפראך, וועלן זיי זיך צו דעם צוכאפן ווי צו הייסע קוגל דאס אויפרעסן און נעמען דעם בעיט און זיך באטייליגן.
 
זייער אסאך ארטיקלן טראגן דערווייל נאך א סלענט לטובת [[סאטמאר (הויף)|סאטמאר]] און אויך לטובת די [[ארונים]] פארטיי פון סאטמאר, און רוב פערזענליכקייטן באשריבן זענען פון דא פון די [[סאטמאר מחלקות]] וואס דאס באשעפטיגט איצט דעם וועזן פון אידיש שפראך.
 
מיר האבן דא [[בעלזא]] און [[זאלי]]ס וואס פאלן אריין דא אבער אין גאר א קלענערן טעמפאו און נאכנאנדיקייט ווי די סאטמאר ארונים דאס צו רעדאגירן און טוישן.
 
דאס איז צוליב וואס דער אידישער וויקיפעדיע שפיגלעט אפ דעם מציאות וואס זייער ווייניג [[אידן]] רעדן [[אידיש]] רוב פון זיי זענען [[חסידים]] און דאס גרעסטע טייל זענען [[סאטמאר (הויף)|סאטמאר]] חסידים,
 
און רוב חסידים האבן ניט קיין אינטערנעט צוטריט, און די וואס יא האבן נישט קיין [[היברו]] פאנטס בלייבן מיר איבער מיט אפאר געציילטע ארונישע שרייבער וואס זענען העווי אינוואלווד אין פאליטיק פון סאטמאר.
שורה 107:
דער הויפט געדאנק פון די [[וויקיפעדיע]] איז צו בויען א פרייע אפענע [[ענציקלאפעדיע]] וואס יעדער איינער קען דארט שרייבן אמת'ע אינפארמאציע אָן קיין צענזור. דער געדאנק (און בעצם דאס גאנצער אינטערנעט) איז לויט טייל בעלי דעות דירעקטליך א צוזאמעשטויס און פראבלעם לויט די [[פרומע]] געמיינדע, (וואס זיי זיינען רוב אידיש-רעדנערס) און דערפאר קומט דא ארויף אפט דער נושא און פראבלעם איבער דעם צו באגרעניצן די וויקיפעדיע עפ"י דעת התורה און נישט איר לאזן זיין פריי פאר יעדן צו שרייבן אפילו רעכטע אינפארמאציע וואס שטימט נישט עפ"י התורה.
 
אבער וויבאלד אלעס מוז ווערן געשריבן נייטראל, קומט דאך אויס אז מיר שרייבן דא סיי ווי סיי נישט קיין [[כפירה]] אין [[אידישקייט]], פארקערט, רוב פון אונזערע [[ארטיקלען]] זענען ארום אין איבער [[אידישקייט]]. אבער פון דעסטוועגן, צום ביישפיל, ביי די [[פילאזאפיע|פילאזאפישע]] ארטיקלען וואס זיינען עוסק אין "[[גאט|קיום האל]]" מוזן מיר און מעגן לאזן ארויפבריינגען די דעות פון די כופרים, כדי דאס נייטראליש אפשלאגן למען האמת. אדער ווען מיר רעדן וועגן "נאטור וויסנשאפט" מוזען מיר בריינגען פארשונגען פון די [[סייענטיסט]]ען, כאטש וואס דאס קען זיין אין קעגנזעץ די [[תורה]]. אין די רגע וואס מען שרייבט "לויט די פארשערס" ווערט די ארטיקל נייטראליש, און מיר מעקן דאס נישט אויס, לויט די גרונדענע געזעצן פון [[וויקימעדיע]] וואס עס איז נישטא אויף זיי די געזעץ פון [[וואלן]], [http://meta.wikimedia.org/wiki/Neutral_point_of_view ליינט מער דא]. און עס איז פארט נישט קעגן הלכה און דירעקט יא אויסגעהאלטן צו באשרייבן די [[פראגע]]'ס אויף די [[אמונה]] וואס מענטשן קענען האבן מיטן חשבון דאס צו פארענטפערן בבחינת ודע מה שתשיב לאפיקורס שלך.
 
צו סאך אינפארמאציע קען אייביג זיין א [[זעלבסט מארד]] כלי פאר [[מענטש]]ען וואס ווילן זיך הארגענען אדער נאר פאר [[קינדער]] און שוואכע [[אינג]]עלייט. מען וועט דאס קיינמאל נישט קענען געהעריג שליכטן דעם פראבלעם. מען לערנט דאך נישט אין חדר מיט קינדער געוויסע רש"י'ס טאקע דערפאר, אבער קיינעם איז נאך נישט איינגעפאלן דערוועגן צו פארברענען רש"י, און זאגן אז דאס איז נישט תורה.
 
פארשטייט זיך אז מיר פארלאזן זיך אז די סארט שוואכע [[חסידים]] אדער קינדער וואס האבן פארט דעם פראבעלם פארלאזן זיך סיי ווי סיי אויף די [[רבנים]] וואס אסערן סיי ווי [[אינטערנעט]] ממילא קומט נישט אויס אז וויקיפעדיע איז קעגן קיינעםס [[אידישקייט]] [[הלכה]].
 
ארטיקלען וואס פארטוהען זיך מיט סעקס און נאך אומאיידעלע ענינים טוען מיר ווי די תורה מיר שרייבן פונקטליך וויאזוי און וואס צו זיך באגיין כדי אפהיטן פון טעותים וואס קען זיין טויטליך אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.