אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "עדה החרדית"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
הרב יוסף צבי דושינסקי
clean up using AWB
שורה 1:
[[בילד:Eida_hachrydisEida hachrydis.jpg|left|thumb|250px|די סטעמפל פון "וועד הכשרות שע"י העדה]]די '''עדה החרדית''' איז געגרינדעט געווארן אין [[ירושלים]] דורך די [[רבנים]] און גדולים פון שטאט, פאר איבער הונדרעט יאר צוריק, בראש פון ר' [[יוסף חיים זאנענפעלד]] זצ"ל.
 
איר ציל איז געווען צוזאם-צו-נעמען אלע קהלות אינטער איין הלכה'דיגער פירערשאפט און בעיקר צו פארטעסטירן אין זיך האלטן פעסט קעגן אלע מיני פירצות, וואס די פרייע גאס האט געשאפען. גלייך ביים גרינדונג איז אויפגעשטעלט געווארן די ביד"ץ וועלכער האט געדינט די פרומע [[אשכנזי|אשכנזים]] און ספרדים צוגלייך. בערך 25 יאר נאך איר גרינדונג האט זי אונגעהויבן צוצושטעלן כשר'ע [[מקוה|מקוואות]] און געבן [[הכשר|הכשרים]] אויף מאכלים וועלכער איז היינט די שטערקסטע הכשר ביי די פרומע אידענטום, אויך פירן זיי אן מיט די [[דעמאנסטראציע|הפגנה'ס]] קעגן די [[ציוני|ציונים]].
 
דער ערשטער [[גאב"ד]] פון די עדה איז געווען ר' [[יוסף חיים זאנענפעלד]] ז"ל וואס האט געהאלטען שטארקע דרשות מחזק צו זיין די עדה-נאכפאלגער. נאך אים איז געווען אב"ד הרב [[יוסף צבי דושינסקי]].
 
שפעטער איז דער [[סאטמאר (הויף)|סאטמארער]]ער רב בעל ה[[ויואל משה]] ז"ל געווארן דער גאב"ד.
 
אין יאר [[ה'תשל"ט]] ווען סאטמארער רב איז אוועק, איז די טיטל איבער געגאנגען צו הרב [[יצחק יעקב ווייס]] ז"ל מחבר פון שו"ת [[מנחת יצחק]], צוליב זיינע פילע אויפגעכאפטע תשובות וואס ער האט געשריבען און איז צעשפרייט געווארן אין דער גאנצער וועלט.
שורה 11:
אין די תקופה איז דער בעלזאער רב ר' [[ישכר דוב רוקח]] (דער צווייטער) ארויס מיט א מלחמה קעגן די עדה, און האט געגרינדעט אן אייגן בי"ד און וועד הכשרות. די מלחמה איז געווען א שווערע און פארפלאנטערטע, און האט געברענגט שאדן פאר ביידע זייטן.
 
נאך דער בעל מנחת יצחק ז"ל איז אויך געווען גאב"ד העדה, ר' משה אריה פריינד ז"ל וואס איז אויך געווען רב אין [[סאטמאר (הויף)|סאטמאר]] ביהמ"ד "אוהל רחל" וואס געפינט זיך אויף רחוב יואל אין [[ירושלים]], נאך אים איז געווען גאב"ד [[הרב דושינסקי]], וואס איז אוועק אין יאר [[ה'תשס"ב]], היינט איז דארט רב הרב [[יצחק טוביה ווייס]] שליט"א.
 
[[קאַטעגאָריע:יידישע שטרעמונגען]]
[[קאַטעגאָריע:בית דין צדק]]
[[קאטעגאריעקאַטעגאָריע:עדה החרדית|*]]
 
[[en:Edah HaChareidis]]