אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "לאדינא"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט צוגעלייגט: fa:لادینو
פאראכטן
שורה 1:
'''לאדינא''' איז א יידישע [[שפראך]], גערעדט בעיקר דורך יידן וואס שטאמען אפ פון [[שפאניע]], גערעדט געווארן ביז דער [[צווייטער וועלט מלחמה]], דורך מערערע יידן אין די [[באלקאן]] לענדער]], עס ווערט גערופן ספאניאליש, אדער דזשודעא-ספאניאל, די שפראך שטאמט בעיקר די שפאנישע אקצענט פון [[קאסטיליע]], אריינגעמישט [[העברעיש]]ע און [[אראמיש]]ע ווערטער.
 
ביי [[גירוש שפאניע]], זענען אסאך יידן אנגעקומען צו די באלקאן לענדער, [[טערקיי]], [[בולגאריע]], דרום [[רומעניע]], און צפון [[אפריקע]], ווי זיי האבן מיטעברעגט די שפראך מיט זיך. עס איז פארהאן צוויי דיאלעקטן, די צפון אפריקאנע און די [[אייראפע]]ישע.
 
== די שפראך אמאל ==
ביז דער צווייטער וועלט מלחמה, איז עס געווען א ברייטע שפראך, מיט קולטור און דיכטער, וואס פלעגן שרייבן די שפראך, דער גרעסטער [[תורה]] ווערק וואס איז געשריבן געווארן אין לאדינא, איז [[מעם לועז]] וואס איז איבערגעשריבן געווארן אויף [[לשון קודש]], די גרעסטע יידישע שטאט, וואס איז געווען א צענטער פאר דער שפראך, איז געווען [[סאלאניקי]], [[גריכנלאנד]], וואו איבער 60,000 יידן האבן זיך באנוצט מיט דער שפראך, אויפן טאג טעגליכן לעבן, אריינרעכנדיק צייטונגען[[צייטונג]]ען און [[ביכער]], וואס זענען פובליצירט געווארן אויף לאדינא.
דאס אלעס האט זיך געענדיקט מיטן אנקום פונעם [[נאצי]], 96 פראצענט פון דער יידישער [[קהילה]], זענען אנגעקומען צו די [[טויט לאגערן]], און זענען אומגעקומען דורכן נאצי מארד מאשין.
 
== אין מדינת ישראל ==
אין 1948, זענען רוב יידן פון אייראפע, וואס האבן באהערשט די שפראך, אנגעקומען קיין [[ישראל]], אריינגערעכנט יידן פון [[בולגאריע]], און טערקיי, זענען אריבער דעם שמעלץ טאפ, און האבן געטוישט זייער לשון אויף העברעיש, באקומענדיק א קלאפ ווי רוב יידישע שפראכן אזוי ווי [[יידיש]], ווי דער [[רעגירונג]] האט נישט געלאזט רעדן קיין שפראכן פונעם [[גלות]], און דערפאר ווערן טאקע די מענטשן וואס רעדן לאדינא, ווייניגער און ווייניגער.
 
אין די לעצטע פאר יאר האט די רעגירונג אויפגעשטעלט דאס "צענטער פארן לאדינא קולטור", וואו מען פרובירט אויפצולעבן דאס פארלוירענע.
שורה 17:
 
== גראמאטיק ==
לאדינא ווערט געשריבן אין העברעישע בוכשטאבן, אמאל בעיקר אין רש"י אותיות, אדער געהעריקע אותיות היינט, אבער היינט איז עס אויך שטארק אנגענומען צו שרייבן אויפן [[לאטיניש]]ן אלפאבעט. וויבאלד עס איז נישט דא קיין כללים פארן שפראך, איז אין אמעריקע וועלן זיי שרייבן אויפן אות ש sh, און אין [[פראנקרייך]] ch. אויפן [[אינטערנעט]] איז דא, א קהילה וואו די שפראך איז באנוצט ביי אירע באנוצער, עס הייסט lodino komunita, ווי אויך אין [[ירושלים]], קומט ארויס א צייטונג, מיטן נאמען אקי ירושלים, וואס מיינט דא אין [[ירושלים]].
 
[[קאטעגאריע:יידישע שפראכן]]