אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "משה פרידמאן (גבאי)"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אריבער א ווייטערפירונג בלאט
שורה 1:
[[בילד:Moshe gabai.JPG|קליין|250px|ר' משה פרידמאן המכונה משה גבאי.]]
'''משה פרידמאן''', באקאנט צווישן [[סאטמאר (הויף)|סאטמארער]] [[חסידים]] אלץאלס '''משה גבאי''' איז געווען דער לאנג-יעריגער באדינער פונ'ם לעצטן סאטמארער רבי'ן, ר' [[משה טייטלבוים]] זצ"ל, און איז היינט דער גבאי ביים סאטמארער רבי'ן ר' [[זלמן לייב טייטלבוים]] שליט"א
 
== פירער פון סאטמאר ==
אלס בחור האט ער געלערנט אין דער סאטמארער ישיבה אויף סאנז סטריט אין [[ברוקלין]], ווי ער איז געווען נאנט באפריינדעט מיט [[אליעזר קעסטענבוים]] און [[ברוך מרדכי אקערמאן]], היינט באקאנט אלץ פרידמאנ'ס וויכטיגע שטיצערס. ר' משה איז אויפגעוואקסען מיט די מיינוג אז מ'דארף נעמען אן אגרעסיוו וועג ווען עס קימט צי פארטיידיגן די סאטמערעסאטמארער אינטערעסעןאינטערעסן. עס ווערט דערציילט אז ער האט אריינגעווארפן א [[פארווערטס]] טראק אין איסט ריווער ווייל עס האט געשריבן נעגעטיווענעגאטיווע באשרייבנוגען אויף סאטמאר.
 
אלץ גאר א אינגער יונגערמאן אין עלטער פון עטליכע צוואנציג יאר, האט אים דער [[סאטמאר (הויף)|סאטמארער]] רבי אויסגעקליבן אלס גבאי. צוליב זיין נאנטקייט צום [[סאטמאר|סאטמארער]] רבי האט ער באקומען א מאכטפולע השפעה אויפ'ן אלוועלטליכן [[סאטמאר|סאטמארער]] [[חסידות]]. ביי זיינע יארען איז חסידות סאטמאר שטארק געוואסען, אבער מיט דער צייט האבן זיך געשאפן קעגן אים פילע קעגנערס וואס האבן געטענה'ט אז ער פירט אן די קהלה מיט א שטייפע האנט, און באנוצט זיך מיט בייזוויליגע מעטאדן אויף איינצופירן זיין ווילן. ער האט איבערגעלעבט א אטענטאט אויף זיין לעבן ווען ער איז געווארן איבערגעפארן מיט א קאר געפירט דורך [[אייזיק לעפקאוויטש]], אין וועלכן ער איז קריטיש פארוואונדעט געווארן.
 
==צעטיילונג פון סאטמאר==
שורה 11:
יארן לאנג איז ר' משה פרידמאן געווען א נאנטער ידיד מיט רבי [[אהרן טייטלבוים]] וואס האט אויך געהאלטן מיט זיין שיטה, אז מ'דארף האבען א שטארקע חסידות, אין אז מ'מעג ניצע אגרעסיווע מיטלען. דאס האט אים אויך געברענגט מתנגדים אין דער סאטמארער קהלה, בפרט אין [[קרית יואל]] וואו ער איז געווען רב.
 
שפעטער האבן זיך די צוויי מענשטן צעקריגט, אין אונטער דער השפעה פון משה פרידמאן, איז רבי [[זלמן לייב טייטלבוים]], געברענגט געווארן אין יאר 1999-תשנ"ט דורך זיין פאטער, דער [[ברך משה]], צו דינען אלס רב פאר דער [[וויליאמסבורג]]ער קהילה. דער אקט איז געווען אנגענומען דורך רבי [[אהרן טייטלבוים]] און זיינע נאכפאלגער אלס אן פרואוו צו צונעמען דאס סאטמארער רבנות און אונטערצוברענגען די מאכטפולע השפעה פון ר' אהרן, וועלכער האט זיך געזען אלס דער רעכטער יורש פון דער סאטמארער אימפעריע. דאס האט צוגעברענגט צו אן עפישער קריגעריי איבער דעם עתיד פון [[סאטמאר|דער סאטמארער]] קהלהקהילה און איר פירערשאפט. רוב מענשטן וואס זענען געווען קעגן ר' משה אין ר' אהרן שליט"א, זענען אריבערגעגאנגן צו ר' זלמן לייב, ווייל ער איז געווען מער א צוריקגעצויגענר און א שטארקער שטיצער פאר שלום.
 
דאס איז א נארמאלער ערשיינונג פון גבאים פון געוועזענע רעביס וואס זען זיך ארום אן קיין מאכט ביי דעם ממלא מקום נעמען אן אקטיווע שריט צו מינימיזירן דעם כוח פון די נייע רעביס. דאס האט פאסירט ביי ר' [[יאסל אשכנזי]]. דער גבאי פון ר' יואל טייטלבוים וואס האט געארבייט קעגן ר' משה טייטלבוים, דאס האט אויך פאסירט אין קארלין, סלאנים, און נאך.{{מקור}}