אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "זבולון קווארטין"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געשאַפֿן בלאַט מיט '"זבולון קווארטין" איז געווען א בארימטער יידישער חזן, (געבוירן 25סטן מערץ 1874-געשטארבן 3טן ...'
 
אין תקציר עריכה
שורה 5:
נאך זיין [[חתונה]], איז ער איינגעשטאנען ביי זיין שווער, און אויף שבת האט מען אים געגעבן [[מפטיר]], נאכהער האט מען אים פארבעטן פארצודאווענען [[מוסף]], ער האט צוגעטרעטן צום עמוד, און מיט דעם האט זיך זיין קאריערע אנגעפאנגען. אנהייב אלס חזן אין זיין היימלאנד, שפעטער אין [[בודאפעשט]]. אין 1903, איז ער געווארן חזן אין [[וויען]] [[עסטרייך]].
 
אין 1914, איז ער פארבעטן געווארן, צו קומען צו א רייע קאנצערטן אין [[אמעריקע]], אבער צוליבן אויסבראך פון [[ערשטע וועלט קריג]], האט ער געמוזט אפלייגן זיין רייזע]]. אין 1920, נאכן ענדע פון קריג, האט ער זיך ארויסגעלאזט קיין אמעריקע, ווי ער האט אויפגעטרעטן אין [[ניו יארק]], אין [[מעטראפאליטן אפערע]]. דער ערשטער קאנצערט זיינער, האט זיך גענדיקט מיט א דורכפאל, די קומענדיקע קאנצערטן זענען שוין געווען בעסער, צום ענדע האט ער באשלאסן זיך צו באזעצן אין אמעריקע. [[עמנואל טעמפל]], אין [[ברוקלין]], האט אים אויפגענומען פאר זייער חזן, פאר 12,000 דאלער א ריזן סומע פאר יענע צייט. ער איז זייער רייך געווארן פון זיינע אויפטריטן און קאנצערטן, ווי אויך פון באטייליגן זיך אין רעקארדיטן חזנות.
 
אין 1926, האט ער אפגעשטאט א באזוך אין [[פאלעסטינע]], און ער האט באשלאסן זיך צו באזעצן אויפן [[כרמל]] בארג, ווי ער האט זיך געקויפט א הויז. אין 1937, איז ער צוריק קיין אמעריקע, ווי ער איז געווארן א חזן אין [[נוארק]] [[ניו זשערסי]].