אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "כלי-זמר"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געשאַפֿן בלאַט מיט ''''כלי-זמר''' /יידישער אויסלייג איז עפטער ''''כליזמר'''',געוועזענער סאוועטישער [[פאנעטי...'
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע ביי 23:39, 25 פֿעברואַר 2010

כלי-זמר /יידישער אויסלייג איז עפטער 'כליזמר',געוועזענער סאוועטישער פאנעטישער אויסלייג איז געווען 'קלעזמער'/ – א יידיש ווארט שטאמענדיק פון העברעיש , וואס טוט באצייכענען:א.א טרדיציאנעלן יידישן מוזיקער-אינסטרומענטאליסט אדער די עטלעכע מוזיקער פון אזא מין,וועלכע שפילן טראדיציאנעלע מזרח-אייראפעישע אשכנזישע מוזיק אויף יידישע שמחות.כליזמר אין יידיש ווערט גענוצט סיי אין איינצאל,סיי אין מערצאל.די מערצאל פארעם איז אויך 'כליזמרים'.ב. מוזיקער בכלל,באזונדערס פון א יידישן אפשטאם. ג.היינטצייטיקער/היינטצייטיקע מוזיקער וועלכע פראקטיצירן א שפילן,וואס אימיטירט די טראדיציאנעלע כליזמר- מוזיק ,אפט איבערגעפלאכטן מיט היינטצייטיקע מוזיק-טראדיציעס פרעמדע פאר טראדיציאנעלע כליזמר.ד.די מוזיק פון כליזמר אדער/און זייער מלאכה ,ווי אויך אלצדינג וואס איז דערמיט פארבונדן /אויך 'כליזמריי'/.ה.אן אייפעמיזם גענוצט /געוויינלעך ניט בארעכטיקט/ צו באצייכענען א יעדן מין פון יידישער מוזיק בכלל,ניט נאר די טראדיציאנעלע יידישע אינסטרומענטאלע מוזיק בפרט.