אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ליטאני טייך"

3,325 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 12 יאָר
קיין רעדאקטירונג רעזומע
(איך האלט אינמיטן שרייבן)
 
אין תקציר עריכה
"ליטאני" איז א טייך אין [[לבנון]], וואס לויפט אין [[לבנון טאל]], און אין דרום טייל פון לאנד, עס איז לאנג 170 קילאמעטער, און דינט אלס איינע פון די וויכטיקסטע זיסע וואסער קוועלער אין לבנון. ווען די טייך קומט אן צו דרום לבנון, דרייט ער זיך צו מערב, ווי ער פליסט ביז די [[מיטלענדישעמיטלענדישער ים]], צפון פון [[צור]]. די טייך קומט אן פיר קילאמעטער ווייט פון [[ישראל]], אויף די נאנסטע טייל, צפון פון [[קרית שמונה]] און [[מטולה]], אויף די לעבאנעזע זייט, אין א שטאט וואס הייסט [[מארזש איון]], דארט דרייט זיך די ליטאני, די דריי ווערט גערופן די [[קני]].
 
די לבנונע האבן אויפגעשטעלט א [[רעזערוואר]], און א וואסער [[דאמבע]], אין די ענדע 1950 יארן, אנהייב 1960גע יארן פארן באנוץ פון די וואסער. דאס איז אין די טאל, ווען עס קומט אן צום "קני", נעבן [[בופאר פעסטונג]]. אין דרום לבנון ווי עס לויפט צום ים, איז עס ווייט געווענליך 29 קילאמעטער, פון די גרעניץ מיט ישראל, אין אראביש ווערט די דרום טייל גערופן על קאסמיע.
 
[[דער בריטישער מאנדאט]], האט ביים [[ערשטע וועלט מלחמה]], פארשפראכן אין [[באלפורס דעקלעראציע]], צו געבן פאר די יידן א נאציאנאלע היימלאנד, די [[סייקס-פיקא פארשטענדעניש]], האט אבער געגעבן ברייטע טעריטאריעס פאר [[פראנקרייך]], אין [[גליל]], און די טייך איז אריבער צו דער [[פראנצויזישער מאנדאט]].
 
איבער די יארן צווישן ערשטע וועלט מלחמה, און די [[צווייטע וועלט מלחמה]], זענען געווען מערערע פלענער, איבער אריינרעכענען די טייך אינערהאלב ארץ ישראל גרענעצן. די ציוניסטישע באוועגונג, מיט [[חיים ווייצמאן]] בראש, האבן פארגעשלאגן זייער פלאן פאר [[בריטאניע]], אז די יידישע מדינה וועט אריינרעכענען די טייך אין אירע גרענעצן.
 
[[לויד דזשארדזש]] [[פרעמיער מיניסטער]], פון בריטאניע, האט באשלאסן צו גיין לויטן [[תנ"ך]], וואס רעכנט די ישראל גרענעצן פון דן ביז [[באר שבע]], און די טייך איז געווארן אויסגעשלאסן פון ישראל.
 
===נאכן זעלבסטשטענדיקייט פון ישראל===
[[דוד בן גוריון]], און [[משה דיין]], האבן געהאט פלענער איינצונעמען די טייך, וואס האבן זיך קיינמאל נישט אויסגעארבעט.
 
ווען ישראל האט געבויט די וואסער ליניע פון [[כנרת]], צו די [[נגב]]. איז געווארן אנגעשטרענגט די סיטואציע צווישן ישראל, מיט [[סיריע]], און לבנון. [[דווייט דעיוויד אייזנהאוער]], [[פרעזידענט]] פון די [[פאראייניגטע שטאטן, האט געשליכטעט דעם געפעכט, מיט א שליח, וואס זאל בארויגן די געמיטער. ישראל האט פארגעלייגט א פלאן, וואס וועט פארבינדן דעם ליטאני, צו די אזערעס וואס פארבינדן צום [[ירדן טייך]].
די פלאן איז אויסגערינען, און גארנישט איז פון דעם געווארן.
 
ביי די [[ליטאני אקציע]], איז ישראל אנגעקומען צום טייך, פארטרייבענדיק די [[פאלעסטין באפרייונג ארגאניזאציע]], צו די אנדערע זייט טייך, און דערנאך איבערגעגעבן קאנטראל אין די געגנט צו די קריסטליכע מיליציעס.
 
אין די [[ערשטע לבנון מלחמה]], האט ישראל איינגענומען די טייך, אריינרעכנדיק די רעזערוואר, און ביז 1985, האט [[צה"ל]] געהאט גאנצע קאנטראל אויפן טייך, אבער דערנאך האט צה"ל צוריקגעצויגן, צו די [[זיכערהייט זאנע]], און נאר די געגנט פון די "קני" אין מארזש איון, זענען געווען אונטער צה"ל אויפזיכט, [[צד"ל]] איז געווען פאראנטווארטלעך פאר די זיכערהייט אין די געגנט.
 
די [[אראבישע וועלט]] הט עטליכע מאל געמאלדן, אז ישראל פארדרייט די וואסער, ווייל זיי ווילן עס זאל אנקומען צום ירדן, עס האט זיך שטענדיק ארויסגעשטעלט אלס פאלש, און אומריכטיק.
 
[[קאטעגאריע:לבנון]]
[[קאטעגאריע:טייכן]]
 
[[he:ליטני]]
1,762

רעדאקטירונגען