אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מארינע גארדאן"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ מאַרינע גארדאן איז אַריבער צו מארינע גארדאן: לויט די היינטיקע כללים פון וו"פ
פרטים וועגן זינגלידער'ס מחברים
שורה 3:
מארינע ("מאשע") גארדאן איז געבוירן געווארן דעם [[11טן דעצעמבער]] פון [[1917]] יאר אין [[מינסק]], [[ווייסרוסלאנד]] (היינט [[בעלארוס]]). זי איז געווען איינע פון אכט טעכטער פון יוסף און שיינדל גארדאן. זייער היים איז געווען באַוווסט מיט ליבע צו [[ייִדיש]]ע [[ליד]]ער,וואס די מיידלעך פלעגן ירשענען פון זייערע מאמעס. א חוץ איר אייגענער מאמע, האט די יונגע מאשע געהערט אזוינע מוסטערן פון פרויישן [[געזאנג]] ווי [[סאניע דרוקער]], די קינפטיקע פרימאדאנע פון מינסקער [[אפערע]], און [[ראזע פלאטקינע]], די אויספילערן פון יידישע [[פאלקס-לידער]].צו זעכצן יאר אלט,איז מאשע אנגענומען געווארן שטודירן געזאנג אין דער לערן-סטודיע פון מינסקער אָפּערעַ .דערנאָך זעצט זי פאר אירע שטודיעס אין דער מינסקער [[קאנסערוואטאריע]]. נאך שפעטער ווערט זי אויסגעוויילט צו לערנען אין דער שול פאר טעאטער און מוזיק אויף [[גלאזונאוו]]'ס נאמען אין [[מאסקווע]]. די דאזיקע שטודיעס האט זי באוויזן צו פארענדיקן ערשט נאך דער צווייטער [[וועלט-מלחמה]]. באנאנד מיט אירע שטודיעס, ווערט זי אנגענומען אלס א סאליסטן אין דעם מלוכישן עסטראדע-ארקעסטער פון [[סאוועטן פארבאנד|פססר]] אונטער דער לייטונג פון וויקטאָר קנושעוויצקי. בשעת דער צווייטער וועלט-מלחמה גייט זי פרייוויליק אוועק אין די רייען פון פאלקס-פארטיידיקונג,שפעטער ווערט זי גערופן צו מיליטער-דינסט,טרעטנדיק ארויס אין באשטאנד פון מיליטערישע קאנצערט-אנסאמבלען פאר די סאוועטישע זעלנער. נאָך דער צווייטער וועלט-מלחמה איז מארינע גארדאן א סאליסטן פון מאסקווער עסטראדע. אין יאר [[1977]] וואנדערט זי זיך אריבער אין די [[פאראייניקטע שטאטן]].
==שאפן==
מארינע גארדאנ'ס [[פראפעסיאנעל]]ע טעטיקייט האט זיך אנגעהויבן מיט אויספילן פון מיטצייטיקע [[רוסיש]]ע און [[ווייסרוסיש]]ע [[זינגלידער]]. זי איז געווען די ערשטע אויסצופילן פיל לידער פון אזוינע ריזן פונעם סאוועטישן זינגליד ווי איסאאק (יצחק) דונאיעווסקי, יורי מיליוטין, די ברידער פאקראס. אין יאר [[1956]], נאך גרויסע מאטערנישן צו באקומען א דערלויבניש פון די [[סאוועטיש]]ע מאכטן, ווערט דורכגעפירט אין מאסקווע א קאנצערט פון יידישער [[ליטעראטור]] און [[מוזיק]] – צום ערשטן מאל נאך דער טרויעריק בארימטער "נאכט פון [[הרוגי לוביאנקע]]", וואס האט קולמינירט [[סטאלינ]]'ס [[פאגראם]] איבער יידיש (נאר ניט געמאכט נאך דערצו קיין סוף). מאַרינע גארדאן האט זיך באטייליקט אין יענעם קאנצערט מיט עטלעכע מוסטערן פון יידישע לידער געשאפענע פון היינטצייטיקע יידישע [[קאמפאזיטאר]]ן אויף די ווערטער פון יידישע [[פאעט]]ן אינעם [[סאוועטן פארבאנד|ראטן-פארבאנד]]. זינט דעמאלסט זעצט זי פאר איר טעטיקייט צו פאפולאריזירן יידישע לידער געשאפענע פון אירע מיטצייטלער און פריינט – די קאמפאזיטארן [[לייב יאמפאלסקי]], [[לייב פולווער]], שמואל פאלאנסקי, שמואל סענדעריי און רבקה באיארסקע אויף די ווערטער פון די דיכטער [[מאטל גרוביאן]], עזרהשמואל פינינבערגראסין,אהארון קושנעראוו, [[פרץ מארקיש]], אהרון ווערגעליס, [[לייב קוויטקא]] און אנדערע. א טייל פון די דאזיקע לידער האט מען רעקארדירט אין דער באגלייטונג פון פראמינירטע פיאנא-קאנצערטמייסטער (אריינגערעכנט [[דוד אשכנזי]] – דעם פאטער פונעם בארימטן פיאניסט [[וולאדימיר אשכנזי]]), ווי אויך אינסטרומענטאלע אנסאמבלען און א גרויסן [[ארקעסטער]] אונטער [[וועלוול טערלעצקי]]'ס לייטונג. מארינע גארדאנ'ס [[שטימע|שטים]] ציט צו צוליב איר "זילבערנער" קלארקייט און שטארקייט. איר [[דיקציע]] איז א מוסטערהאפטע. איר אוספילערישע מאניר צייכנט זיך אויס מיט א שטארקער מוזיקאלישקייט,ערנסטקייט און טיפקייט.
 
== רעפערענצן==