אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "וועלוול טערלעצקי"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געשאַפֿן בלאַט מיט ''''וועלוול טערלעצקי''' /רוסישער נאמען – וולאדימיר/ - מוזיקער,קאמפאזיטאר ,דיריגענט,...'
 
נישטיקע ענדערונגען
שורה 1:
'''וועלוול טערלעצקי''' /[[רוסיש]]ער נאמען – וולאדימיר/ - [[מוזיקער]],[[קאמפאזיטאר]] ,[[דיריגענט]],[[אראנזשירער]].
==לעבן==
וועלוול טערלעצקי איז געבוירן געווארן דעם 22 [[יאנואר]] פון [[1931]] אין [[מאסקווע]],[[ראטנפארבאנד]] און איז געשטארבן דעם 22טן [[יולי]] פון [[1998]] אין מאסקווע,[[רוסלאנד]].זיינע עלטערן זיינען געווען [[קאמוניסט]]ישע אקטיוויסטן,פונדעסטוועגן זיי זיינען ארעסטירט און אומגעבראכט געווארן בשעת [[סטאלין]]-קולט תקופה.ער איז אויסגעכאוועט געווארן פון זיין באבען.טערלעצקי האט שטודירט [[מוזיק]] אין דער גנעסינס-שול,דערנאך אין דעם גנעסינס-אינסטיטוט פאר מוזיק-אונטעריכטן.אליין [[מכאלמיכאל גנעסין]] האט אים געעצעט,אז ער זאל זיך פארנעמען מיט יידישער מוזיק.טערלעצקי האט פארנומען פילצאליקע שטעלעס אלס דיריגענט /די [[ארקעסטער]]ן פון מאסקווער עסטראדע,ראסקאנצערט,מאסקאנצערט,עסטראדע ארקעסטער פון [[באקו]]/.ער איז צוגעאייגנט געווארן דעם טיטל פון א פארדינסטפולן ארטיסט פון [[אזערביידזשאן]].
==שאפן==
טערלעצקי האט פארפאסט פיל זינג-לידער,[[בינע]]- און פילם-מוזיק,מוזיק פאר [[טעלעוויזיע]] און [[ראדיא]]-[[אוידיציע]]ס.ער איז געווען באוווסט אלס אן אויסגעצייכנטער אראנזשירער.פון זיין יידישער מוזיק טיילן זיך אויס צוויי יידישע סואיטעס פאר ארקעסטער,זינג-לידער אויף די ווערטער פון אהרון ווערגעליס און אלי ביידער.ער האט באארבעט פיל יידישע פאלקס-[[ניגונ]]ים. טערלעצקי'ס מוזיק איז באוווסט מיט איר מעלאדישער פשטות און לעבעדיקייט,און זיין ארקעסטרירן איז דערפינדעריש און פארביק.