אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שמעון שטיינבערג"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
נישטיקע ענדערונגען
נישטיקע ענדערונגען
שורה 1:
'''שמעון שטיינבערג''' ([[1887]], [[אדעס]], געוועזענע [[רוסלענדישע אימפעריע]] - [[1955]], [[טשערנאוויץ]],[[ראטן-פארבאנדראטנפארבאנד]],היינט [[אוקראינע]]) איז געווען א [[יידישער]] [[קאמפאזיטאר]].
==לעבן==
שמעון'ס טאטע איז געווען אן ארבעטער פון א טאבעק-פאבריק, געשטארבן אז שמעון איז נאך געווען א קליין קינד. זיין מאמע איז געווען א נייטערן און א מאדיסטקע, זי האט [[חתונה]] געהאט צום צווייטן מאל מיט א [[כליזמר]] און [[מארשאלעק]], פון וועלכן שמעון האט גענומען לערנען [[מוזיק]] און [[טעאטער]]. שפעטער האט ער זיך געלערנט אויף די מוזיק-קורסן ביי לאנגלערן, ווו זיין פידל-לערער איז געווען [[משה]] [[חיט]]. צו פופצן יאר אלט האט שמעון שוין געשפילט נישט נאר אויף די חתונות, נאר אויך אין די טעאטער-[[ארקעסטער]]ן און שוין געשאפן עטלעכע קאמפאזיציעס. ער האט זיך שפעטער געלערנט און גראדואירט פון דער אדעסער [[קאנסערוואטאריע]], ווו זיין לערער איז געווען [[וויטאלד מאלישעווסקי]] – א תלמיד פון [[נ.א.רימסקי-קארסאקאוו]].