אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שמעון שטיינבערג"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
נישטיקע ענדערונגען
שורה 3:
שמעון'ס טאטע איז געווען אן ארבעטער פון א טאבעק-פאבריק, געשטארבן אז שמעון איז נאך געווען א קליין קינד. זיין מאמע איז געווען א נייטערן און א מאדיסטקע, זי האט [[חתונה]] געהאט צום צווייטן מאל מיט א [[כליזמר]] און [[מארשעלעק]], פון וועלכן שמעון האט גענומען לערנען [[מוזיק]] און [[טעאטער]]. שפעטער האט ער זיך געלערנט אויף די מוזיק-קורסן ביי לאנגלערן, ווו זיין פידל-לערער איז געווען [[משה]] [[חיט]]. צו פופצן יאר אלט האט שמעון שוין געשפילט נישט נאר אויף די חתונות, נאר אויך אין די טעאטער-[[ארקעסטער]]ן און שוין געשאפן עטלעכע קאמפאזיציעס. ער האט זיך שפעטער געלערנט און גראדואירט פון דער אדעסער [[קאנסערוואטאריע]], ווו זיין לערער איז געווען [[וויטאלד מאלישעווסקי]] – א תלמיד פון [[נ.א.רימסקי-קארסאקאוו]].
 
שמעון שטיינבערג איז געווען דער [[מוזיק-לייטער]] פון דעם אדעסער [[רוסיש]]ן [[מלוכה]] טעאטער, פון דעם אלאוקראינישן יידישן מלוכה טעאטער, פונעם [[קיעוו]]ער יידישן מלוכה טעאטער/שפעטער האט דער דאזיקער טעאטער געשפילט אין טשערנאוויץ/. אין אדעס איז ער יונגערהייט געווען א גרונטלייגער און א מיטגליד פון א "קאמפאזיטארישן ווארשטאט". די לעצטע יארן פון זיין לעבן האט ער שטארק געליטן פון א [[דעפרעסיע]] צוליב דעם טראגישן גורל פון זיינע צוויי זין /איינער איז אומגעקומען אויף דער [[מלחמה]], דער אנדערער איז צוויי מאל רעפרעסירט געווארן בשעת [[יאזעדער סטאלין|סטאלינ]]'סקולט-תקופה פון יאסיף [[קולטסטאלין]] תקופה/, איבערלאזנדיק צוויי קליינע אייניקלעך אונטער שמעונ'ס השגחה/, ווי אויך איבער דעם [[פאגראם]] איבער יידישער קולטור אין [[ראטנפארבאנד]], וואס האט געלייגט פאקטיש אן ענד צו זיין קאמפאזיטארישער טעטיקייט. די לעצטע יארן פון זיין לעבן האט ער מיט גרויסע שוועריקייטן געקראגן א שטעלע אין דער טשערנאוויצער מוזיק-שול, ווו ער האט, פונדעסטוועגן, ארויסגעוויזן זיינע גרויסע פעיקייטן אלס א מוזיק-לערער.
 
זיין אייניקל [[מארק אטשאסאלסקי]] איז געווארן שפעטער א מערקווירדיקער [[מוזיקער]] אין טשערנאוויץ.זיין אוראייניקל [[וולאדיסלאוו אדעלכאנאוו]] איז א וועלט-בארימטער [[פידלער]].