אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מארינע גארדאן"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געשאַפֿן בלאַט מיט ''''מאַרינע גארדאן''' - זינגערן, קאָלאָראַטורַ סאָפּראַנאָ. ==לעבן== מארינע ("מאשע") גארדאן אי...'
 
פארפינקטלעכן לעבן דאטע
שורה 1:
'''מאַרינע גארדאן''' - זינגערן, קאָלאָראַטורַ סאָפּראַנאָ.
==לעבן==
מארינע ("מאשע") גארדאן איז געבוירן געווארן דעם 11טן [[דעצעמבער]] פון [[1917]] יאר אין [[מינסק]],[[ווייסרוסלאנד]].זי איז געווען איינע פון אכט טעכטער פון יוסף און שיינדל [[גארדאן]]. זייער היים איז געווען באַוווסט מיט ליבע צו [[ייִדיש]]ע [[ליד]]ער,וואס די מיידלעך פלעגן ירשענען פון זייערע מאמעס.א חוץ איר אייגענער מאמע,האט די יונגע מאשע געהערט אזוינע מוסטערן פון פרויישן [[געזאנג]] ווי [[סאניע דרוקער]],די קינפטיקע פרימאדאנע פון מינסקער אפערע,און [[ראזע פלאטקינע]],די אויספילערן פון יידישע [[פאלקס-לידער]].צו זעכצן יאר אלט,איז מאשע אנגענומען געווארן שטודירן געזאנג אין דער לערן-סטודיע פון מינסקער אָפּערעַ .דערנאָך זעצט זי פאר אירע שטודיעס אין דער מינסקער [[קאנסערוואטאריע]].נאך שפעטער ווערט זי אויסגעוויילט צו לערנען אין דער שול פאר טעאטער און מוזיק אויף [[גלאזונאוו]]'ס נאמען אין [[מאסקווע]].די דאזיקע שטודיעס האט זי באוויזן צו פארענדיקן ערשט נאך דער צווייטער [[וועלט-מלחמה]].באנאנד מיט אירע שטודיעס,ווערט זי אנגענומען אלס א סאליסטן אין דעם מלוכישן עסטראדע-ארקעסטער פון [[פססר]] אונטער דער לייטונג פון וויקטאָר קנושעוויצקי.בשעת דער צווייטער וועלט-מלחמה גייט זי פרייוויליק אוועק אין די רייען פון פאלקס-פארטיידיקונג,שפעטער ווערט זי גערופן צו מיליטער-דינסט,טרעטנדיק ארויס אין באשטאנד פון מיליטערישע קאנצערט-אנסאמבלען פאר די סאוועטישע זעלנער.נאָך דער צווייטער וועלט-מלחמה איז מארינע גארדאן א סאליסטן פון מאסקווער עסטראדע.סוףאין זיבעציקעריאר יארן פון פאריקן יארהונדערט[[1977]] וואנדערט זי זיך אריבער קיין [[פאראייניקטע שטאטן]].
==שאפן==
מארינע גארדאנ'ס [[פראפעסיאנעל]]ע טעטיקייט האט זיך אנגעהויבן מיט אויספילן פון מיטצייטיקע [[רוסיש]]ע און [[ווייסרוסיש]]ע [[זינגלידער]].זי איז געווען די ערשטע אויסצופילן פיל לידער פון אזוינע ריזן פונעם סאוועטישן זינגליד ווי איסאאק (יצחק) דונאיעווסקי,יורי מיליוטין,די ברידער פאקראס.אין יאר[[ 1956]],נאך גרויסע מאטערנישן צו באקומען א דערלויבעניש פון די [[סאוועטיש]]ע מאכטן,ווערט דורכגעפירט אין מאסקווע א קאנצערט פון יידישער [[ליטעראטור]] און [[מוזיק]] – צום ערשטן מאל נאך דער טרויעריק בארימטער "נאכט פון [[הרוגי לוביאנקע]]",וואס האט קולמינירט [[סטאלינ]]'ס [[פאגראם]] איבער יידיש (נאר ניט געמאכט נאך דערצו קיין סוף).מאַרינע גארדאן האט זיך באטייליקט אין יענעם קאנצערט מיט עטלעכע מוסטערן פון יידישע לידער געשאפענע פון היינטצייטיקע יידישע [[קאמפאזיטאר]]ן אויף די ווערטער פון יידישע [[פאעט]]ן אינעם [[ראטן-פארבאנד]]. זינט דעמאלסט זעצט זי פאר איר טעטיקייט צו פאפולאריזירן יידישע לידער געשאפענע פון אירע מיטצייטלער און פריינט – די קאמפאזיטארן [[לייב יאמפאלסקי]],[[לייב פולווער]],שמואל פאלאנסקי,שמואל סענדעריי,רבקה באיארסקע אויף די ווערטער פון די דיכטער [[מאטל גרוביאן]],עזרה פינינבערג,[[פרץ מארקיש]],אהרון ווערגעליס,[[לייב קוויטקא]] און אנדערע.א טייל פון די דאזיקע לידער האט מען רעקארדירט אין דער באגלייטונג פון פראמינירטע פיאנא-קאנצערטמייסטער (אריינגערעכנט [[דוד אשכנזי]] – דעם פאטער פונעם בארימטן פיאניסט [[וולאדימיר אשכנזי]]),ווי אויך אינסטרומענטאלע אנסאמבלען און א גרויסן [[ארקעסטער]] אונטער [[וועלוול טערלעצקי]]'ס לייטונג.מארינע גארדאנ'ס [[שטים]] ציט צו צוליב איר "זילבערנער" קלארקייט און שטארקייט.איר [[דיקציע]] איז א מוסטערהאפטע.איר אוספילערישע מאניר צייכנט זיך אויס מיט א שטארקער מוזיקאלישקייט,ערנסטקייט און טיפקייט.