אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יעקב לארבערבוים"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געשאַפֿן בלאַט מיט ''''רבי יעקב לורבערבוים זצ"ל''' (ה'תק"ל - ו' שבט ה'תקצ"ב) רב אין ליסא, באקאנט אויף די נעמ...'
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע ביי 22:26, 11 פֿעברואַר 2010

רבי יעקב לורבערבוים זצ"ל (ה'תק"ל - ו' שבט ה'תקצ"ב) רב אין ליסא, באקאנט אויף די נעמען פון זיינע ספרים דער חוות דעת, אדער דער נתיבות.

אפשטאם

רבי יעקב איז געבוירן אין יאר ה'תק"ל צו זיין פאטער רבי יעקב משה, רב אין זבורוב, רבי יעקב איז געבוירן נאך זיין פאטער'ס פטירה.

רבנות

רבי יעקב האט געלערנט ביי זיין פעטער רבי יוסף תאומים, רב אין בארשטיין, נאכהער אין טיסמעניץ ביי רבי משולם איגרא.

נאך זיין חתונה האט רבי יעקב אינוועסטירט זיין געלט מיט א שותף רבי אברהם זיידנפעלד, אין א בראנפן ברענעריי, נאך וואס דער שותף האט באנקראטירט האט רבי יעקב נישט מער געהאט קיין ברירה, און אנגענומען צו זיין א רב, ערשטענס אין מנוסטרישץ און פון דארט איז ער אריבער קיין קאלוש אומגעפער אין יאר ה'תק"ן. אין יאר ה'תקס"ט איז רבי יעקב אויפגענומען געוווארן רב אין ליסא. אין יאר ה'תקפ"א איז רבי יעקב צוריק געפארן קיין גאליציע, דארט איז ער אויפגענומען אלס רב אין סטרי.

הסתלקות

רבי יעקב איז נפטר געווארן אין סטרי כ"ה אייר ה'תקצ"ב.

זיין פאמיליע

רבי יעקב האט געהייראט בזיווג ראשון א טאכטער פון דעם גביר רבי נפתלי הירצל פון די אנגעזענע יידן פון סטאניסלאוו. בזיווג שני האט רבי יעקב געהייראט מרת שיינדיל א טאכטער פון רבי יאקיל אשכנזי פון רימאנאוו.

זיינע קינדער:

  • הרב נתן נטע לורבערבוים.
  • הרב מרדכי אריה יהודה לייב, פון צפת.
  • מרת חיה, די ווייב פון איר שוועסטער-קינד רבי צבי הירש תאומם פון קאלוש.
  • מרת בריינדל

זיינע ספרים

  • חוות דעת- יורה דעה
  • מעשה ניסים - הגדה של פסח
  • מקור חיים - הלכות פסח
  • נתיבות המשפט - חושן משפט
  • תורת גיטין - מסכת און הלכות גיטין
  • בית יעקב - מסכת און הלכות כתובות
  • דרך חיים - סידור תפלה
  • קהלת יעקב - אבן העזר
  • נחלת יעקב - אגדות הש"ס
  • אמת ליעקב - אגדות הש"ס
  • צואת הגאונים
  • תיקון עירובין