אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רייכערן"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט צוגעלייגט: ca:Tabaquisme
שורה 30:
אבער די מעלות פאלן אוועק צענדליגער מאל קעגן די חסרונות. רויכערן פארמערט די שאנסן צו [[קענסער]], [[הארץ]] פראבלעמען, סטראוק, אלצהיימער דעזיז, און נאך פארשידענע קראנקהייטן. די וועלט האט אלע יארן געוואוסט אז רויכערן טויג נישט אבער מענטשן האבן נישט געוואלט הערן און פארשטיין. נאך די צווייטע וועלט קריג האט מען מער אנגעפאנגן צו רעדן דערוועגן אין די עפענטליכקייט און יארן שפעטער האבן א רייע שטודיעס אויפגעטרייסעלט די וועלט ווען דאקטוירים האבן זיך פאראייניגט און געווארענט די מענטשהייט אז רויכערן איז סם פאר'ן מענטש און איז דער הויפט אורזאך פאר א רייע קרענק.
 
עווענטועל האבן מענטשן אנגעהויבן קלאגן די טאביק פירמעס פאר'ן ברענגן די קראנקהייטן אבער די רייכע גרויסע פירמעס האבן געקעמפט מיט די בעסטע אדוואקאטן און האבן געווינען יעדעס מאל. אין די מיטעלע 90'ער יארן האט א אינערליכע [[וויסנשאפטלער]], וועלכער איז אויפגעזאגט געווארן פון זיין שטעלע, נקמה גענומען פון די טאבאקא פירמעס מיט זיין מעלדונג אז די טאבאקא פירמעס לייגן גאר אריין נאך כעמיקאלן וועלכע העלפן דעם מענטש ווערן צוגעבינדן דערצו. די טאבאקא פירמעס האבן פרובירט צו דערשטיקן דעם קלאגע און האבן געווארענט צו קלאגן די [[סי- בי- עס]] נייעס אגענטור וועלכע האט געפלאנט צו ברענגן דעם סייענטיסט אויף איר פאפולערע "60 מינוט" פארשטעלונג. א געניטער דזשורנאליסט פון די [[60 מינוט]] פראגראם האט אבער אנגעדרייט אלעס עס זאל נישט פאסירן און ערשט נאכדעם וואס אנדערע צייטונגן זענען דערגאנגן דערוועגן האט סי-בי-עס זיך געבראכן.
 
דער פארשטעלונג האט געברענגט די געוואונטשענע רעזולטאטן פאר מיליאנען געליטענע ווען די טאבאקא פירמעס האבן אין די ענדע געשליכטעט דעם קלאגע פאר די פאנטאסטישע סומע פון נאנט צו 300 ביליאן דאלאר.