אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פראנצויזישער מאנדאט"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געשאַפֿן בלאַט מיט '"דער פראנצויזישער מאנדאט" איז געגעבן געווארן פאר פראנקרייך, נאכן ערשטע וועלט מלחמה א...'
 
שורה 6:
גרויסבריטאניע, האט געהאט געמאכט פילע קעגנזייטיקע פארשפרעכונגען, איינס פאר די [[יידן]], איינס פאר די [[אראבער]], [[חוסיין זון פון עלי]], שאריף פון [[מעקא]], האט אנגעפירט דורכאויס די ערשטע וועלט מלחמה, א [[רעוואלוציע]], קעגן [[אטאמאנישע אימפעריע]], מיט די הילף פון ענגלישע גענעראלן, מיטן צוזאג אז [[פייסל דער ערשטער]], וועט ווערן הערשער איבער סיריע. זעלבסטפארשטענדליך אז פראנקרייך האט גארנישט געהאטצו טון מיטן הסכם, און נאכן מלחמה אין 1920, ווען סיריע האט אים אויפגענומען אלס קעניג, האט פראנקרייך ארויסגעטריבן פייסעל בבושת פנים, [[ענגלאנד]] האט נאכדעם איבערגעגעבן איראק פאר פייסל.
 
דער צווייטער פראבלעם, דאס אויפשטעלן א גרויסע לבנון, די קריסטן אין לבנון האבן שטענדיק געטרוימט אויף זעלבסטשטענדיקייט, אבער אין זייער געגנט, וואס רעכנט אריין [[לבנון בארג]], און [[ביירוט]], ווילנדיק האבן א מאיאריטעט קריסטן אין זייער לאנד, דא האט פראנקרייך געמאכט א פאטאלע טעות, וואס מאנכע באשולדיקן פראנקרייך דירעקט אין אלע פראבלעמען וואס לבנון האט שפעטער געהאט, בעיקר אינעם [[לבנון ברוודערברודער קריג]].
 
לויטן פלאן האט פראנקרייך באקומען דעם צפון טייל אין [[ארץ ישראל]], וואס ווערט גערופן די פינגער פון [[גליל]], [[אראבישע]] אויפשטענדלער האבן נישט געוואלט זיין אונטער פראנקרייך נאר ליבערשט אונטער דער בריטישער מאנדאט, האבן דורכגעפירט אטאקעס קעגן פראנצויזישע קרעפטן, די [[תל חי פאגראמען]], זענען פארגעקומען אין די שטרייטן צווישן די אראבישע אויפשטענדלער. צום סוף זענען בריטישע זעלנער אריינגעקומען דארט, און האבן פארנומען די גרענעץ, ווי עס איז היינט צווישן לבנון, און [[ישראל]].