אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שמעון שטיינבערג"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געשאַפֿן בלאַט מיט ''''שטיינבערג,שמעון'''– א יידישער קאמפאזיטאר.געבוירן אין 1887 אין אדעס /געוועזענע [[ר...'
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע ביי 04:27, 1 פֿעברואַר 2010

שטיינבערג,שמעון– א יידישער קאמפאזיטאר.געבוירן אין 1887 אין אדעס /געוועזענע רוסלענדישע אימפעריע/,געשטארבן אין 1955 אין טשערנאוויץ /געוועזענער סאוועטן-פארבאנד,היינט אוקראאינע/.

לעבן

זיין טאטע איז געווען אן ארבעטער פון א טאבעק-פאבריק,געשטארבן אז שמעון איז נאך געווען א קליין קינד.זיין מאמע איז געווען א נייטערן און א מאדיסטקע,זי האט חתונה געהאט צום צווייטן מאל מיט א כליזמר און מארשאלעק,פון וועלכן שמעון האט גענומען לערנען מוזיק און טעאטער.שפעטער האט ער זיך געלערנט אויף די מוזיק-קורסן ביי לאנגלערן ,ווו זיין פידל-לערער איז געווען משה חיט.צו פופצן יאר אלט האט שמעון שוין געשפילט נישט נאר אויף די חתונות,נאר אויך אין די טעאטער-ארקעסטערן און שוין געשאפן עטלעכע קאמפאזיציעס.ער האט זיך שפעטער געלערנט און גראדדואירט פון דער אדעסער קאנסערוואטאריע,ווו זיין לערער איז געווען וויטאלד מאלישעווסקי – א תלמיד פון נ.א.רימסקי-קארסאקאוו. שמעון שטיינבערג איז געווען דער מוזיק-לייטער פון דעם אדעסער רוסישן מלוכה טעאטער,פון דעם אלאוקראאינישן יידישן מלוכה טעאטער,פונעם [[קיעווער יידישן מלוכה טעאטער]] /שפעטער דער דאזיקער טעאטער האט געשפילט אין טשערנאוויץ/.אין אדעס איז ער יונגערהייט געווען א גרונטלייגער און א מיטגליד פון א "קאמפאזיטארישן ווארשטאט".די לעצטע יארן פון זיין לעבן האט ער שטארק געליטן פון א דעפרעסיע צוליב דעם טראגישן גורל פון זיינע צוויי זין /איינער איז אומגעקומען אויף דער מלחמה,דער אנדערער איז צוויי מאל רעפרעסירט געווארן בשעת סטאלינקולט תקופה,איבערלאזנדיק צוויי קליינע אייניקלעך אונטער שמעונ'ס השגחה/,ווי אויך איבער דעם פאגראם איבער יידישער קולטור אין ראטנפארבאנד,וואס האט געלייגט פאקטיש אן ענד צו זיין קאמפאזיטארישער טעטיקייט.די לעצטע יארן פון זיין לעבן האט ער מיט גרויסע שוועריקייטן געקראגן א שטעלע אין דער טשערנאוויצער מוזיק-שול,ווו ער האט,פונדעסטוועגן,ארויסגעוויזן זיינע גרויסע פעיקייטן אלס א מוזיק-לערער. זיין אייניקל מארק אטשאסאלסקי איז געווארן שפעטער א מערקווירדיקער מוזיקער אין טשערנאוויץ.זיין אוראייניקל וולאדיסלאוו אדעלכאנאוו איז א וועלט-בארימטער פידלער.

ווערק

שטיינבערג האט פארפאסט מוזיק צו איבער א הונדערט בינע-ווערק,צווישן זיי :"ריסטאקראטן","סטעמפעניו","טביה דער מילכיקער","מזל-טוב","אגענטן","בלאנדנזדע שטערן" פון שלום-עליכם,"בעלי-טובות" לויט מענדעלד מוכר-ספרים,"אין ברען" פון מ.דניאל,"שבתי-צבי" פון ז.זשולאווסקי,"די משפחה אוואדיס","כל-נדרי","אויפשטאנד אין געטא" פון פרץ מארקיש,"די אן קיין שולד שולדיקע " פון א.אסטראווסקי,"דער קארגער" פון מאליער,"מאריא סטוארט" פון וו.הוגא,"שעפסן-קוואל" פון לאפע דע וועגא,"פרינצעסן טוראנדאט" פון ק.גאצי,"רוסישע מענטשן" פון ק.סימאנאוו,"אנפאל" פון ל.לעאנאוו,"דאס צוימען פון אן אנגעשפארטער","דער סוחר פון ווענעציע" פון וו.שייקספיר,"דער דינער פון צוויי הערן" פון ק.גאלדאני אאוו. א חוץ דעם,ער האט געשאפן עטלעכע אפערעס,אראטאריעס,סינפאניעס,פילצאליקע מוסטערן פון קאמער-מוזיק /סטרונע-קווארטעטן,קלארינעט קווינטעטן,אקטעטן,פידל סאלא מוזיק,מוזיק פאר קנעפל-אקארדיאן /באיאן/,באארבעטונגען פון יידישע,אוקראאינישע,קאזאכישע,קירגיזישע,טורקמענישע פאלקס-מעלאדיעס און לידער,אריגינעלע לידער.עס טיילן זיך באזונדער אויס מיט זייער פאפולערקייט : "נאקטורן" פאר פידל /וויאלאנטשעל/ מיט ארקעסטער,זעקס פידל עטיודן אויף יידישע טעמעס,"חסידישער טאנץ","די יידישע סינפאניע","קירגיזישע עסקיזן","צוויי אוזבעקישע סואיטעס","זעכצן עסקיזן אויף די טעמעס פון יידישע חתנות", לידער אויף די ווערטער פונעם בארימטן יידישן משלים-שרייבער פון טשערנאוויץ אליעזר שטיינבארג,"אוקראאינישער האפאק".

סטיל

מ.שטיינבערג'ס מוזיק איז פארפאסט געווארן אויפן פעסטן באדן פון קלאסישער טראדיציע פונעם סוף 19טן – אנהייב 20טן יארהונדערטער.ער האט אויסגעארבעט זיין מוזיק-לשון אויפן סמך פון כליזמר מוזיק,חזנות און שטייגערישער פאלקס-ליד.ער האט גרינטלעך באהערשט די קאמפאזיטארישע טעכניק מיט ראפינירקייט.זיין מוזיק איז הארציק און אויסדרוקספול.אין די גרעסערע ווערק האט ער זיך אנטפלעקט ווי א קאמפאזיטאר פון א ברייטן סינפאנישן ארט דענקען.

רעפערענצן

[1]

[2]

  1. 1.משה לאיעוו.מוזיק איז געווען זיין לעבן."די צוקונפט",#1 /96/,1991,ניו-יארק]]
  2. 2טביה שקלאווער.יוביליי פון א יידישן קאמפאזיטאר."ביראבידזשאנער שטערן",#6 /10599/,01/10/1988,ביראבידזשאן]]