אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אראבישע ליגע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
איבערשרייבן
אין תקציר עריכה
שורה 2:
די '''אראבישע ליגע''' איז א בונד פון [[אראבער|אַראַבישע]] [[לאנד|לענדער]] פֿון [[צפון אפריקע|צפֿון־אַפֿריקע]] און דרום־מערב־[[אַסיע]] וואָס האָבן זיך פֿאַרבונדן מיט אַ צוועק צו אויסלייזן די אַראבישע פּראָבלעמען. איינע פון זייערע הויפט־פראבלעמען איז דאס וואס [[מדינת ישראל]] נעמט־איין [[פאלעסטינע]]ר שטחים.
 
עס איז געגרינדעט געוואָרן אין יאָר [[ה'תש"ה]] (1945) דורך זיבן שטאַטן: [[עגיפטן]], [[סיריע]], [[איראַק]], [[סאַודיע]], [[לבנון]], [[יארדאניע]] און [[תימן]]. די אָרגאַניזאַציע איז פֿאַראייניקט פֿון 22 לענדער ווען איינע פֿון זיי איז [[אש"ף]] (PLO) וואָס ביי די אַראַבישע־ליגע איז אש"ף פֿארעכנט ווי אַן אומאָפהענגיקע [[פאלעסטינע אויטאנאמיע|פאַלעסטינער־שטאַט]]. אין די [[1950ער|50קער]] יארן האבן זיך מיטגעטיילט אויך [[ליביע]], [[סודאן]], [[מאראקא]] און [[טוניסיע]]. אין די [[1960ער|60ער]] יארן [[קווייט]], און [[אל דזשאזיראאלדזשיר]]. אין די [[1970ער|70ער]] יארן די [[פאראייניקטע אראבישע עמיראטע]], [[באכריין]], [[קאטאר]], [[אמאן]], [[מאורעטאניע]], [[סאמאליע]], [[דזשיבוטי]] און אש"ף אלס א "פאַלעסטינער שטאַט". [[קאמארע]] האט זיך פאראייניקט צו דער ליגע אין יאר [[ה'תרצ"ט]] (19391993).
 
אין יאר [[ה'תשל"ט]] (1979) האט מצרים אויסגעבראכן דעם [[חרם]] וואס די ליגע האט ארויפֿגעלייגט אויף ישראל, ווען דער נשיא פֿון מצרים [[אנוואר סאדאט]] האט אויסגעפירט דעם שלום אפמאך, און געמאכט [[פרידן]] מיט ישראל. מצרים איז דערפֿון דערווייטערט געוואָרן פון דער ליגע אויף 10 יאר.
 
===די גרינדונג===
געגרינדעט געווארן אין עגיפטן, מיט [[גרויסבריטאניע]]ס פלאן, גרויסבריטאניע האט עס געוואלט אויפשטעלן אינמיטן די [[צווייטע וועלט מלחמה]], כדי די [[אראבישע וועלט]], זאל זיך אנשליסן צו די אליאירטע קרעפטן, וויבאלד אסאך אראבער האבן גענויגט צום [[נאצי]]שן זייט.
 
אין 1964, זענען פארגעקומען צוויי שפיצן-קאנפערענצן אין [[קאירא]], אין די ערשטע איז אויפגעשטעלט געווארן א צוזאמען ארבעט אין [[קולטור]], [[דערציונג]], און [[וויסנשאפט]]. און ביי די צווייטע קאנפערענץ יענע יאר, איז די [[פאלעסטין באפרייונג ארגאניזאציע]] געגרינדעט געווארן, און אין 1976 איז די פי על או, אנגענומען געווארן ווי א לאנד-מיטגליד אינעם ליגע. 1976 איז געווען דער אנהייב פונעם [[לבנון ברודער קריג]], און די אראבישע ליגע, האט געשיקט שלום טרופן קיין לבנון, וואס האבן זיך גאנץ שנעל ארויסגעצויגן פון דארט.
 
===פראבלעמען===
פון שטענדיק אן זענען געווען פראבלעמען, מיינונגס פארשידענהייטן איבער ישראל, איבער [[פאלעסטינער פליטים]], יארדאניע האט אנאקסירט דעם [[מערב ברעג]], און איז געווארן א טייל פון יארדאניע, וואס איז געווען קעגן ווילן פונעם ליגע, עגיפטן האט געמאכט שלום, מאכנדיג אן איבערקערעניש אינעםליגע פירערשאפט, די פי על או האט אונטער געשריבן דעם [[אסלא אפמאך]], קעגן די ווילן פונעם ליגע.
 
איינע פון די הויפט פראבלעמען איז געווען, אז ביי אן אפשטימונג, מוזן אלע איינשטימען, אז נישט איז עס נישט אריבער, און עס איז דורכגעפאלן, איז עס אדער אלעס אדער גארנישט.
 
אין 1992 איז אויסגעבראכן אין סאמאליע, א [[בירגער קריג]], און א שווערע הומאניטארישע צוזאמפאל, וואס איז זיי נישט געלונגען צו העלפן, נאר מיט די הילף פון די [[פאראייניגטע שטאטן]], און [[אייראפע]], האט זיך דער מצב עטוואס פארבעסערט.
 
===פירערשאפט===
רוב גענעראל-סעקרעטארן זענען געווען עגיפטישע בירגער, אויסער איינער וואס איז געווען א טוניסישער, אין די צייט וואס עגיפטן, איז געווען ארויסגעווארפן פונעם ארגאניזאציע, נאכן שלום מאכן מיט ישראל.
 
די הויפטקוואטיר געפונט זיך אין קאירא.
== לינקען ==
* [http://www.arableagueonline.org/las/index.jsp אָפֿיציעלע וועבזייט]