אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "כעזבאלא"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 6:
כעזבאָלאַ ווערט אנגעטיטלט דורך רוב לענדער אין דער מערב וועלט אלס א [[טעראריסט|טעראריסטישע]] ארגאניזאציע. חיזבאלא און אירע שטיצער, אריינגערעכנט פילע פאליטישע פירער און סתם המון עם אין [[לבנון]], האלטן אז זי איז א לעגיטימע מיליציע אויף צו היטן אויף לבנון קעגן ישראל'ישע אנגרייפן און אויף צו שטעלן ווידערשטאנד קעגן ישראל'ישע אקופאציע.
 
כעזבאָלאַ איז געגרינדעט געווארן אין די אנהויב 80'ער יארן אלס א קעגנשטאנד צו ישראל נאכן מלחמה מיט [[יאסיר אראפאט|אראפאט'ס]] [[פ.ל.א.]] ארגאניזאציע און דער [[לבנון ברודער קריג]], אין [[1982]]-[[תשמ"ב]]. די ישראל'ישע אקופאציע פוןפונעם [[דרוםזיכערהייט לבנוןזאנע]] האט אנגעהאלטן פון 1982-תשמ"ב ביז דער ריקצוג אין מערץ [[2000]]-[[תש"ס]] דורך דער ישראל'ישער פרעמיער מיניסטער [[אהוד ברק]].
 
כעזבאָלאַ פארמאגט אן ארמיי פון עטליכע טויזנט קעמפפער, און פילע פארגעשריטענע וואפנס. זיי פארמאגן, לויט די אפשאצונג פון ישראל'ישע שפיאנאזש, איבער צען טויזנט [[קאטיושע]] ראקעטן, דאס מערסטע פון זיי אנטהאלטן פון איראן. אויך פארמאגן זיי פון איראן די ווייט שטרעקיגע מיסלס [[פאג'ר]] און [[זלזל]].
שורה 24:
דער ערשטער האט פאסירט אפריל 18 1983-תשמ"ג. א ווען אנגעפילט מיט 2000 פונט אויפרייס שטאף איז אריינגעפארן אין דעם [[אמעריקע|אמעריקאנער]] [[אמבאסאדע]] אין [[ביירוט]], דורכרייסנדיג די שטעך-דראט צוים, און אריינגעקראכנדיג אין דעם בנין, אויפרייסנדיג דערביי א מעכטיגע אויפפלאצונג. 63 פערזאן זענען אומגעקומען, 17 פון זיי אמעריקאנע.
 
דער צווייטער און פיל מערקבארער אינצידענט איז געווען דער זעלבער יאר אקטאבער 23. א טראָק אנגעפילט מיט 12,000 פונט אויפרייס שטאף איז אריינגעפארן אין א קאמפאונד פון [[אמעריקע|אמעריקאנער]] [[מארינעס]], וועלכע זענען געווען אין לאנד אלץ א טייל פון א מולטי-נאציאנאלע שלום-האלטן מיסיאן, און זענען געווען הויפטקווארטירט אין דעם ביירותביירוט אינטערנאציאנאלע לופט-פעלד.
 
דער טראק האט דורכגעריסן דעם שטעך-דראט צוים, דער פירער האט געשמייכלט צו די צוויי אמעריקאנער וועכטער, און אריינגעפארן מיט גאר הויכע שנעלקייט אין דעם באראק ווי די מארינעס זענען געווען פלאצירט. דער אויפרייס האט אראפגעברענגט דעם גאנצן בנין, און אומגעברענגט 241 אמעריקאנער, 220 פון די מארינעס.