אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "באשיר זשומייעל"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט צוגעלייגט: af, ar, arz, cs, de, en, es, fa, fi, fr, it, la, mt, nl, no, pam, pl, pt, ru, sv, tr
קעפל ראנג
שורה 1:
'''באשיר זשומייעל''' ([[10טן נאוועמבער]] [[1947]] - [[14טן סעפטעמבער]] [[1982]]) איז געווען א פאליטיקער [[גענעראל]] און ערוויילט אלס [[פרעזידענט]] אין [[לבנון]]. ער איז אומגעקומען נאך איידער ער איז געווארן איינגעשוווירן אלס פרעזידענט.
 
===זיין יוגנט===
ער איז געבוירן, דעם 10טן נאוועמבער 1947. זיין פאטער [[פיער זשומייעל]], איז געווען א באוואוסטער פיגור אינעם זעלבסטשטענדיקן לבנון, ער הא געגרינדעט די [[פאלאנג]] יוגנט באוועגונג, פאר די [[מאראנען]]. און דורך דעם איז באשירס כוח שטארק געווארן.
 
===ביים ברודער קריג===
אין 1975, ביים [[לבנון ברודער קריג]] איז ער אויס מיט זיין גאנצע שטארקייט, זייענדיק כאריזמאטיש, און א שיינע רעדנער, האט ער זייער שטארק אויסגענומען צווישן די [[קריסטן]], ער האט אנגעפירט די פארטיי וואס זיין טאטע האט געגרינדעט, שפעטער צוזאמגענומען אלע קריסטליכע מיליציעס, אונטער איין דאך, מיטן נאמען [[לבנון קרעפטן]], אזוי ארום האט ער געווינען די קריסטליכע באפעלקערונג צו זיין זייט, ער איז זיך באגאנגען מיט זיינע פיינט, זייער ברוטאל, ווי עס איז באוויסט ביי די [[טאג פון די לאנגע מעסערס]].
 
ער האט פארלוירן זיין טאכטער אין מיי 1980, ביי אן אטענטאט פארזוך, וואס איז געווען געשטעלט קעגן אים.
 
===ישראל אלס אליאירטע===
אריינשלעפנדיק [[ישראל]], אינעם לעבאנעזע בלאטע, אנהייב דורך צוזאמען ארבעט, און שפעטער מיט קראקאדיל טרערן, מיטן באשולדיקן די [[פאלעסטינער]], און די [[סירישע]] ארמיי, מיטן סיסטעמאטיש אומברענגן קריסטן, [[מנחם בעגין]] הערנדיק פון די זיינע באשולדיקונגען, איז איבערגענומען געווארן פון זיין בעטן, און [[צה"ל]] האט געווארט אויפן באפעל אריינצוטרעטן אין אן אפענסיווע, גערופן געווארן [[פרידן פארן גליל]].
 
===פרעזידענט===
ווילנדיק ווערן פרעזידענט, און ישראל זענדיק א געלעגנהייט, צו אונטערשרייבן א שלום אפמאך מיט א לאנד, וואס וועט אויפטון אסאך, איז ישראל געגאנגען, און צוזאם גענומען אלע פארלאמענט מיטגלידער, וואס האבן נאך געלעבט 1982, פונעם אלטן פארלאמענט. (פון איידער דער קריג האט זיך אנגעפאנגען, זענען קיין וואלן נישט פארגעקומען אין לבנון, פאר דעפוטאטן אינעם פארלאמענט). און האבן זיך געפונען אונטער ישראל קאנטראלירטן שטח, און זיי האבן געשטימט פאר באשיר אלסן נייעם פרעזידענט. אויפן 23סטן אוגוסט 1982.
 
שורה 20:
[[פאלעסטינע פליטים לאגערן]], האבן זיי איבערגעגעבן קאנטראל פאר די פאלאנגן, און די קריסטן זייענדיג אויפגעברויזט, און פיל מיט נקמה געפילן, האבן זיי דורכגעפירט דער מאסן מארד אין [[סאברא און שאטילא]].
 
===אלס פאליטיקער===
אין ישראל זענען זיינע אויפטיונגען אונטער מיינונגס פארידענהייטן, א טייל טענהן אז ער איז פשוט געווען אן אויסניצער פון ישראל. אנדערע האבן בכלל געהאט טענות אויף אים, אז זיין גאנצע רייכטום האט ער באקומען פון פארקויפן דראגס. פארהאן מענטשן וואס זאגן ביז היינט ווען ער לעבט ווען, וואלטן אסאך זאכן געווען אנדערש אין לבנון.