אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ספרים פון חיד"א"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 14:
פון וואו דער האט דער חיד"א געקענט כתבי ידות? דער חיד"א האט אסאך באזוכט ביבליאטעקן, אין [[פאריז]] איז ער געווען אין יאר [[ה'תקט"ו]] ער שרייבט (מעגל טוב ע' 34) וראיתי ספרי ישראל שם משונים לכל. אויך איז ער דארט געווען אין יאר [[ה'תקל"ח]], מיט זיין חבר דער פראנצויזישער געלערנטער [[פאברי]], מען האט געעפנט פאר אים דאן ספעציעל דעם ביבליאטעק כאטש עס איז נישט געווען דאן אפֿן. ער שרייבט אזוי: יש בה כמה אלפים כתבי יד מכל חכמה, וכמה ספרים שלנו כתב יד, וכמה ספרים מחכמת הטבע ופילוסופיא ותכונה ועברונות וקבלה (מעגל טוב ע' 122). ער איז נאכאמאל אהין געגאנגען אין עטליכע טעג שפעטער ער שרייבט דעוועגן: וסבבתי כולה ויש כמה חדרים מלאים כתיבות מכל הלשונות ומכל החכמות והדותו, זה כ"ב שנה שסבבתי כלה, והיא פלאות כיד המלך, ואמרו שזו הביבליאוטיקא של פאריס היא המיוחדת והגדולה שבעולם (מעגל טוב ע' 124). אויך שפעטער אין חודש תמוז האט ער באקומען פון זיין חבר פאברי א ספעציעלע רשות מען זאל איהם בארגען פון דארט כתבי יד, דער כתב יד וואס דער חיד"א האט אזוי שטארק געדארפט איז געווען דער פירוש פון רבי [[ישעיה די טראני, דער ערשטער]], אויף חומש, דער חיד"א האט דאס אינגאנצען איבערגעשריבן פון כתב יד א גאנצע נאכט, , און האט דערפון געדרוקט די "נימוקים פון רבי ישעיה די טיראני אין זיין ספר [[פני דוד]].
 
אויך איז ער געווען אין א ביבליאטעק אין [[מודינה]] אין יאר [[ה'תקי"ד]] (מעגל טוב ע' 136). ער איז געווען דארט נאכאמאל אין חודש אדר [[ה'תקל"ז]] ער האט דארט געזעהן דאס ספר [[אור יקר]] פון [[רמ"ק]]. אין נאך ספריה ספרים איז ער געווען אין [[טורינו]], [[פירינצי]], [[ווענעדיג]], [[פירארה]], [[מנטובה]] [[טריאסטי]] [[פיסארא]], [[בירסיללו]] (מעגל טוב). אין פירזי איז ער געווען אין הויז פון ר' לייב, און האט דארט געזען א גאנצן ש"ס אויף קלף וואס איז שפעטער באקאנט ביי די חוקרים אלס [[ש"ס מינכן]], דער חיד"א רופט עס אן אין זיינע ספרים מכתב יד ישן נושן.
 
עס איז זעלבסט פארשטענדליך אז דער חיד"א זעלסט האט געהאט אסאך כתבי ידות, ווי מען זעט אסאך אין זיינע ספרים ווי ער האט געקויפט און פארקויפט אסאך ספרים כתבי יד פון ראשונים. אין פאקט אזוי ווי ער איז אסאך ארום געפארן האט ער איבערגעלאזט אסאך פון זיינע כתבי ידות אין אסאך פלעצער און זיי זענען געווען אסאך צושפרייט. די חוקרים ברענגען א רשימה פון איבער זעקס הונדערט ספרים וואס דער חיד"א האט געהאט דערין איז דא אסאך כתבי ידות, אט די אלע ספרים האט גע'ירשנט זיין זוהן רבי [[רפאל ישעיה]], אסאך פון זיי זענען געווען ביי זיין אייניקל ר' [[נסים זרחיה ב"ר אברהם אזולאי]].